דער שיעור באהאנדלט די שאלה פארוואס עס איז דא צוויי פארשידענע פרשיות אין ארץ ישראל און חוץ לארץ, און ברענגט ארויס אז צייט איז נישט נאר א גשמיות׳דיגע זאך נאר א רוחניות׳דיגע מדרגה. דער רמ״ק טיילט אויף דריי לעוועלס אין לערנען תורה: רזין דאורייתא (סודות וואס ליגן אין דעם פשט), סתרי תורה (די אמת׳דיגע געהיימענישן וואס רעדן זיך פון העכערע ענינים), און תורה דלעילא (די העכסטע תורה פון עולם האצילות). דאס ווערט מסביר געווארן דורך די קאנעקשאן פון פרשת נשא מיט אדרא רבא און די נושא פון שערות.