אין דעם שיעור ווערן באהאנדלט די חילוקים פון יציאת מצרים (ספר שמות) קעגן משנה תורה (ספר דברים): פארוואס דאס לעבן פון א איד בנוגע מצוות דרייט זיך נישט ארום ימים טובים, נאר ארום די טאג-טעגליכע זעכציג מצוות הכרחיות. דאן ווערט מסביר דער חילוק פון “עבד” (אמונה פשוטה, ידיעת ה׳ בדרך כלל) קעגן “בן” (ידיעת ה׳ בדרך פרט, פארשטיין יעדע זאך פון דעם אייבערשטנס וועלט) — לויט דעם זוהר׳ס ספר פקודין. ס׳ווערט אויך באהאנדלט פארוואס אינגאנציקע אפגעזונדערטקייט פון דער וועלט קיין שלימות איז נישט, ווייל “בנים אתם לה׳ אלקיכם” פאדערט פונקט צו פארשטיין דעם אייבערשטנס גאנצע בריאה.