שבת נחמו — וויאזוי גייט מען ווייטער נאך תשעה באב? דער שיעור באהאנדלט ירמיה הנביאס ביקורת אויף נביאי שקר, וואס האבן פארשפרייט “שוא ותפל” — פאלשע חיזוק-קלישעס אנשטאט אמת׳דיג קוקן אויף דער רעאליטי. די הויפט נקודה: ריאליזם מיינט נישט פעסימיזם — ווער עס קוקט אמת׳דיג אויף דער וועלט וועט זען אז ס׳איז דא מער גוט ווי רע, מער נחמה ווי חורבן, און גראד דאס ריכטיגע קוקן אויף דער אמת איז וואס מאכט ווערטער לעבעדיג, אינטערעסאנט, און ניט “בסגנון אחד”.