אין דעם שיעור לערנט מען רמב״ם הלכות שבת פרק ט״ז וועגן מקום שלא הוקף לדירה. דער עיקר נושא איז ווען א פלאץ האט מחיצות אבער ס׳איז נישט געמאכט געווארן לדירה (למשל גנות, פרדסים, אדער א כרפף), און וויאזוי די שיעור בית סאתים און די צורה פון די מחיצות באשטימען צי מ׳מעג דארט טראגן שבת. אויך ווערט באהאנדלט די דינים פון צורת הפתח, פרוץ מרובה על העומד, לבוד, און פון וועלכע מאטעריאלן מ׳קען מאכן א כשר׳ע מחיצה.