אודות
תרומה / חברות

הלכות שבת פרק ו׳

אין דעם שיעור ווערן געלערנט די הלכות פון אמירה לעכו״ם – ווען מען טאר זאגן פאר א גוי צו טון מלאכות בשבת און ווען נישט. דער רמב״ם קלערט אויס די חילוקים צווישן מלאכות דאורייתא און דרבנן, די דינים פון הנאה פון א גוי׳ס ארבעט, און ספעציעלע פאלן ווי שותפות מיט א גוי, קבלנות, און שכר שבת. ס׳ווערן אויך באהאנדלט די הלכות פון בפרהסיא, כדי שיעשו, און די אונטערשייד צווישן ווען דער גוי טוט מעצמו צו ווען דער איד הייסט אים.