אודות
תרומה / חברות

הלכות ברכות פרק ח׳

אין דעם שיעור לערנט מען הלכות ברכות פרק ח׳ וועגן ברכות הפירות. דער רמב״ם לייגט אויס די סדר פון ברכות אויף פארשידענע מאכלים – בורא פרי העץ אויף פירות פון ביימער, בורא פרי האדמה אויף זאכן וואס וואקסן פון דער ערד, שהכל אויף אלעס אנדערש, און ספעציעלע דינים פאר די חמשת המינים וואס באקומען א ברכה אחת מעין שלש. ס׳ווערט אויך באהאנדלט די כללים פון סדר הברכות, וואס טוט זיך ווען מען מאכט א טעות אין א ברכה, און וויאזוי צוזאמצולייגן ברכות ווען מען עסט פארשידענע מינים.