אודות
תרומה / חברות

רב האי גאון שיש י״ג ספירות ועל שגעונות המקובלים | פרדס רמונים שער א פרק ז (א)

אין דעם שיעור ווערט באהאנדלט פרק ז׳ פון פרדס רמונים, וואו דער רמ״ק קלערט אויס די מחלוקת צווישן די וואס זאגן אז ס׳איז דא דרייצן ספירות (לויט חוג העיון) און די וואס זאגן אז ס׳איז דא נאר צען. דער רמ״ק ברענגט אז די דריי “שרשים” זענען נישט ספירות אליין, נאר די כח און פאטענציאל פון אין סוף צו שאפן ספירות – דערפאר איז דא נאר צען ספירות למעשה. די תירוץ אויף די קשיא פון י״ג מדות הרחמים איז אז ווען מיר רעדן פון רחמים, רעדן מיר דוקא וועגן די פארבינדונג צווישן די שורש און די תוצאה, און דערפאר ציילט מען דריי פלוס צען צוזאמען.