אין דעם שיעור ווערט אויסגעקלארט די אמתע משמעות פון אריסטו׳ס זאץ “חוש המישוש חרפה” און וויאזוי דער רמב״ם האט עס פארשטאנען. די הויפט נקודה איז אז דאס רעדט זיך נישט וועגן תענוגי הגוף אליין, נאר וועגן די בושה פון איינעם וואס קען זיך נישט איינהאלטן אין די נושא, ווייל דאס ווייזט אז ער איז מער א בהמה ווי א מענטש. עס ווערט אויך באהאנדלט די פאלשע קריטיק פון אגרת הקודש אויפן רמב״ם, און אויסגעקלארט אז קיין איד האט קיינמאל געהאלטן אז דער גוף אליין איז עפעס שלעכטס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט.