אודות
תרומה / חברות

וועכנטליכער שיעור אין פרשת השבוע על פי הזוהר הקדוש

שיעור אויף דער פרשה אין אידיש, פשטים עמוקים ומתוקים על פי פנימיות התורה מתובל בדרכי החסידות ועבודת ה׳.

שיעור חדש

שבת נחמו — וויאזוי גייט מען ווייטער נאך תשעה באב? דער שיעור באהאנדלט ירמיה הנביאס ביקורת אויף נביאי שקר, וואס האבן פארשפרייט "שוא ותפל" — פאלשע חיזוק-קלישעס אנשטאט אמת'דיג קוקן אויף דער רעאליטי. די הויפט נקודה: ריאליזם מיינט נישט פעסימיזם — ווער עס קוקט אמת'דיג אויף דער וועלט וועט זען אז ס'איז דא מער גוט ווי רע, מער נחמה ווי חורבן, און גראד דאס ריכטיגע קוקן אויף דער אמת איז וואס מאכט ווערטער לעבעדיג, אינטערעסאנט, און ניט "בסגנון אחד".

לעצטיגע שיעורים צו הערן

די סוד פון גלות השכינה — ווי אזוי די שכינה איז אין א מצב פון עלנטקייט זייט די שבירת הכלים, און ווי אזוי פונקט אין די טיפסטע מצבים פון ירידה ושפלות קען א מענטש טרעפן דעם אמת'דיגן קשר צו דער שכינה — אזוי ווי א מלך וואס איז פארלוירן אין וואלד, וואס האט מער חביבות פאר א פשוטן מענטש וואס העלפט אים דארט, ווי פאר אלע מיניסטערס אין זיין פאלאץ. אויך: דער פראקטישן לימוד פון דעם אריז״ל וועגן די כוונות פון ימי בין המצרים — ווען דער שם הוי״ה איז שווער אין זינען צו האבן, זאל מען מכוון זיין די תמורות פון די שם, ווייל אין גלות גייט די שכינה אין אנדערע קליידער, נאר איין אות ווייטער פון זיך אויפצודעקן.
אין דעם שיעור ווערן באהאנדלט די גרונט-פראבלעם פון חורבן בית המקדש ווי א ירידת השכינה פון דער וועלט, פון חטא אדם הראשון ביז היינט, און וויאזוי די וועלט ווערט מיט יעדן דור ליידיגער פון קדושה. עס ווערט אויסגעקלערט די חילוק צווישן פיר שיטות אין הכרת המציאות — אטעיזם, עבודה זרה, חסידות, און קבלה — און פארוואס שיטת הקבלה איז די שלימה. דער שיעור ענדיגט מיט א הסבר פארוואס די מקובלים האבן אזא שטארקן דגש אויף ריטואל מצוות פון קדושה: ווייל דאס איז דער אייניגסטער וועג אין גלות צו בויען א מיני-מקדש, צוריקצוברענגען א שטיקל השראת השכינה אויף די וועלט, און דורכדעם ממשיך זיין די אלע אנדערע ערכים פון תורה, עבודה, גמילות חסדים.

לעצטיגע שיעורים צו זעהן

פתיחה ללימוד הזוהר

ערב ראש השנה שנת תש״פ

א. בשנה זאת מתחילה את השנה השלישית שלומדים אנחנו שיעורים הקבועים האלה בפרשת השבוע.  ביקשנו להתחדש כפי המתאים להתחדש בכל שנה ובמיוחד בשנה השלישית.[1] ביקשתי להחליף את הסדר, אשר הייתי פותח בפרשת השבוע עצמה ולומד את המתעורר לי בה, ולקבוע את ראשית ההתעוררות בדברי ספר מסוים ההולך על סדר הפרשיות. והטעם באשר רעיונות אדם אחד מוגבלים הם תמיד לדרכי חשיבתו, הרי אחר ששנה הפרשה פעם ופעמיים נוטה הוא לחזור על עצמו ולהסתובב סביב עצמו…. [קרא עוד]