פורים: דער אנטי סיסטעם יום טוב

פורים פורים פורים לנו לא לא לאלא.. היינט איז פורים מארגען איז אויס לאלאלא ליהודים ליהודים היתה היתה אורה חייב איניש לבסומי לבסומי לבסומי באמבמאבאמבאמ שושנת יעקב לחיים.. אה וואס זינגט מען יעצט עצו עצה טראלילאליליי ותוסף אסתר ותדבר אויאוי למה עזבתני מישע מישע מישע מישע.. יא איר הערט גוט, אזוי הערט זיך די פורים טעיפ, דער ניגון הייבט זיך נישט אן עס ענדיגט זיך נישט עס פארט אריין א ווארט אין א צווייטער דער ניגון פארשטעלט זיך פאר א צווייטער ניגון וואס איז בכלל א דריטער.

פארהאן אידען וואס לעבן נעבאך אין אזא מין אנגעזעצטע שטרענגע סיסטעם אגאנץ יאר, יעצט לערנט מען יעצט דאווענט מען דער איז דער רב דער איז א רעביש קינד א צווייטער איז א ראש ישיבה א דריטער איז א בעל הבית, אלץ קלאפט אלץ שטייט אויפ'ן פלאץ, ווי כאילו ביי ששת ימי בראשית האט מען שוין קובע געווען א הלכה: עד שני טפחים זהו הוטו של בעל הבית, משני טפחים עד שלש טפחים זהו הוטו של דיין, משלש ועד אין סוף זהו קאפעלייטשו של רבי. גיט מען נאר א קוק אויף די ברייטקייט פון דער ברום פון הוט קען מען שוין וויסען וויפיל שטעט זיין עלטער זיידע האט געוועלטיגט אין אונגארין.

בכלל יעדער זאך האט פעסטע כללים, מען טאר נישט אויסמישען מען טאר נישט ארויסטרעטן פון ליניע. וואס ביסטו אן אויבער חכם דו פרעגסט קשיות, דו ווייסט נישט וואס דער האצענפלאצע רבי סעכיסעיאגענעליינע האט געזאגט אויף דעם, נו נו פוי המן פארשאלטן זאל ער זיין.

קומט פורים ווערט אלץ צומישט. דו האסט געמיינט עס איז א שיין מיידל מיט לאנגע האר און א קלייד, נעה דאס איז בכלל א חסידישע בחור וואס איז מקפיד מקיים זיין דער רמ"א אז פורים איז נישט נוהג דער לא ילבש, די האר איז סתם זיינע לאנגע פאות פארדרייט ווי א פאני, און דער וואס זעהט אויס בכלל ווי אן אל קאידע טעראריסט, ער איז אפילו נישט קיין נטורי קרתא, גאר א ציוני וואס האט זיך פארגלוסט זיך פארשטעלן ווי אן אראבער. און דער סאלדאט מיט דער גרויסער גאן, ניטאמאל א וויץ קען ער שיסען גלייך. דער רב? א פורים רב, קיין עברי קען ער נישט.

דער שלעכטער המן, אה איך ווייס נישט, אפשר דווקא ברוך המן, וואס עפעס ער האט אונז געמאכט אזא דערהויבענע יום טוב, און דער מרדכי וואס דו בענטשסט אזוי, מהיכי תיתי, סתם א פרומער געווען, וואס האט עם געשטערט די סעודה פון אחשורש, דער זיך בוקען פאר המן איבער וואס ער האט געמאכט די אלע קול קורא'ס מיט אסיפות, נעה אפילו נישט קיין איסור דרבנן, סתם פאר זיין אכשר דרא משוגעת האט ער מסכן געווען גאנץ כלל ישראל. המן האט זיך געהאלטען אן עבודה זרה? חא חא, אפילו די רויבער האבען זיך נישט צולאכט אויף דער וויץ, פרעג נאר זיין טאכטער, שוין אפשר די עבודה זרה פון פעור איז ער. לאל.

וואס זאגסטו שלא שינו את לבושם? מען מוז גיין אנגעטוהן אידיש, בארד בארד ווי דיין איד שרייט דאך דער רבי פון עירמאנט, גיב א קוק, גיי איך צו צו דער שכן וואס טאנצט לעבן מיר און שלעפ אראפ דער שיינער ווייסע בארד, זעהט מען דאס איז גאר דער דזשעניטער וואס האט זיך פארגלוסט בחינם'דיגע באז האט ער זיך אויך פאשטעלט.. זאגט דער הייליגער איזביצער פורים ווייזט אז א איד איז נישט תלוי אין דער חיצוניות פון דער אידישער לבוש, אפילו ווען ער זעהט אויס ווי א גוישע פרינץ ומרדכי יצא בלבוש מלכות איז צהלה ושמחה.

סדר? יא טאקע זייער וויכטיג, יעצט ליינט מען יעצט איז נישט די צייט פאר נארישקייטן. אין שוהל פירט מען זיך מיט דרך ארץ. הא לאמיר זעהן, א גאנצע פאק באמבעס האב איך זיך מיטגעברענגט אין טאש לכבוד די וויכטיגע מצוות קריאת המגילה. יעדער המן, און אמאל סתם אזוי אויך, פלאצט אויף די גאנצע שול מיט אזוינע קולות עס דאכט זיך באלד פקע איגרא.

לערנען? יא זייער חשוב, ביטול טעירע האט דער ראשישיבע געוויינט. ווייסטו טאקע וואס איז די פשט אין די סתירה ווער איז געווען די שוויגער פון אחשרורש? א באמבע קשיא, דא שטייט שככה און דארט שטייט עפעס אנדערש? עס איז נישט קיין גוטע קשיא? דיין תורה איז פורים תורה וואס איך זאג איז לאמתה של תורה. עס איז על פי קבלה.

אה געלט, יא טאקע זייער וויכטיג, יעדער דארף געלט, און יעדער היט אויף זיין געלט. צדקה, יא גאנצע הלכות, ווילסטו גיין נאך געלט אין די עיר הטעירע, ברענג א צעטל פון די וועד סדום לעניני צדקה אז דו מעגסט טאקע גיין נאך געלט, מיר וועיסען נישט אפשר ביסטו א גנב, ווער זאגט מען מעג דיר געבן געלט. פורים, שטותים, כל הפושט יד, ווער האט דיר געפרעגט צו איך בין ראוי. אז איך בעט איז שוין גענוג, געב שוין נאר אהער דארט די טשעק. עס איז דיין שענדעליר? טאקע זייער פיין און חשוב, ממש ווי אינדערהיים . גיב א קוק עס קומט א שיכור ער וויל טאנצן אויפ'ן טיש, אה אבער ווי קומט מען אן אזוי הויך, גיט מען זיך א כאפ אן אויף די שענדעליר און נוצט דאס אלץ א סווינג ארויף אויפ'ן טיש. כ'בין א מזיק? יא רוף מיר אין בית דין נאך פורים, דער רמ"א פסקנט איך דארף נישט צאלן. הענג זיך דו מיט די פענסי לייכטער.

Purim Tish
א פורים טיש אין ירושלים – Boston.com

איז דא נעבאך אזוינע רבנים ראשי ישיבות און מנהיגים, וואס שרעקן זיך פחד מוות פון דער פורים. פונקט ווי המן האט זיך דערשראקען פון מרדכי, וכל זה איננו שווה לי שרייען זיי, אוי וויי וואס וועט זיין איין טאג אין יאר וועט מען ברבים מאכען א וויץ אויף מיין חשבון, מ'וועט מיר נישט נעמען ערנסט, דער ליטווישער משגיח, וואס זיין גאנצער חיות איז טעראריזירען די מענטשהייט זאלן זיין אין צייט ביים סדר איז אינגאנצן פארלארען, וואס וועט דא זיין, איז ער געפארען קיין שושן הבירה און פון די טעראר פון המן געברענגט א מתנה, ישיבת מרדכי הצדיק. בעסער דאס צו רופען ישיבת המן הרשע. איין טאג אין יאר האבען קינדער און עלטערן אביסעל פאן איז דיר געווען וויכטיג דאס קאליע מאכען? זאג נאר אזא שמויגער ביסטו? און די מתנות קומען בכלל נישט אן ביז חמשה עשר בשבט די אנדערע יאר, אגב אויב דו הערסט דארט ביסט מיר נאך שולדיג א מרדכי ואסתר טייסטער פון אלץ יונגעל, ביסטו א שקרן א גנב אויך, פאסט טאקע.

יעדער יאר זעה איך קומען די מאדערנע רבנים, די וואס דארפען זיך שיין מאכען פאר'ן גוי, און גיבען ארויס קול קורא'ס מיט ליסטעס פון איסורים מאיסורים שונים. מען טאר זיך נישט שיכור'ן מען טאר זיך נישט פארשטעלן מען טאר נישט קלאפן המן דאס איז מסוכן יענס איז נישט אויסגהאלטן. מען צוברעכט חפצים מען איז מזיק אהער. זאג נאר ווען דיינע בחורים גיין ביינאכט נאך סדר שלישי אין קלאב און טרינקען זיך אן ביסטו אויך אזוי מוחה? אדער נאר ווען עס איז א אידישע יום טוב וואס הייסט האבען פאן שטערט עס דיר? אינטרעסאנט ווי מער מאדערן א רב איז אלץ מער שרייבט ער אזוינע איסורים. ביי די תלמידי בעל שם האט מען נישט געהערט פון אזוינע איסורים. עס שטערט דיר טאקע אזוי די קולות ביי המן? זאג נאר ביסט אפשר א קרוב זיינס? אפשר טאקע פון די בני בניו פון בני ברק?

האט דער רבי געזאגט: היינט איז טאקע דא נאר איין טאג פורים א יאר, לעתיד לבוא וועט זיין א גאנץ יאר פורים, טאקע בפועל ממש למטה מעשרה טפחים בעגלא דידן אמן.

השאר תגובה