אין דעם שיעור ווערט אויפגעוויזן ווי די מציאות פון היינטיגע שפע און טעכנאלאגיע האט געטוישט דעם אינהאלט פון עבודת המידות, ספעציפיש לגבי תאוות אכילה. די הויפט טענה איז אז מען קען נישט רעדן וועגן פרישות און מושל בנפשו אין 2026 אין בארא פארק מיט די זעלבע שפראך און דוגמאות ווי אין גאליציע אין 1822, ווייל די פראבלעמען און די סאלושענס זענען אנדערש. אנשטאט צו פראטעסטירן קעגן די טעכנאלאגיע און שפע, דארף מען זיי אנערקענען אלס טובתו של מקום און זיין בשמחה, ווייל עצבות איז דער אמת׳דיגער שורש פון אלע עבירות.