דער שיעור רעדט וועגן פרשת תרומה און די פארבינדונג צווישן שמחה און השראת השכינה. שמחה איז א תנועה פון ריבוי און התפשטות — דערפאר איז די פרשה אזוי לאנג מיט אסאך פרטים, ווייל ווען מ׳איז פרייליך רעדט מען אסאך. “ושכנתי בתוכם” מיינט אז די שכינה וואוינט צווישן אידן דורך זייער דעת און אמונה — נישט אין די פיזישע שטיינער, נאר דורך דעם וואס מ׳ווייסט און גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא. די עצם ידיעה אז דער אייבערשטער איז דא טוישט א מענטש׳ס הנהגה פון זיך אליינס, אן באוואוסטזיניגע בחירות — און דאס איז די אמת׳ע שמחה פון חודש אדר.