דרייען זיך מענטשען דא אויפן וועלט, און דער קאווע שטיבל דנן איז גאנץ א גוטער אפשפיגלונג דערפון, יעדער איז פארנומען מיט זיינע פראבלעמען, נארישקייט לויפט נאך נארישקייט, און וויכטיגע פראבלעם לויפט נאך וויכטיגע פראבלעם. פארשידענע נושאים חזרן זיך איבער און איבער, עס קאכט זיך אין טעמעס פון געזעהלשאפט, פון קולטור, פון אמונה און כפירה, פון פאליטיק און לשון הרע, פון ביזנעס און עצות. ווען מען איז א חלק דערפון כאפט מען נישט, אבער היות פאר א שטיקל תקופה בין איך כמעט נישטא געווען, זייענדיג טרוד ביישובה של עולם, קום איך צוריק און איך זעה למעשה עולם כמנהגו נוהג, און עס פאדערט זיך א שטיקל התבוננות וואס טוהט זיך דא. די זעלבע שרשים און עיקרים חזרן זיך איין, נאר די ניק נעמען טוישען זיך אביסעל, און די פונקטליכע נקודה. און למעשה איז יעדער פארנומען מיט זיינע פראבלעמען איבער און איבער, ווי דרייט מען זיך ארויס פון דעם.
וויל איך ארויסברענגען א שטיקל נקודה, וואס איך מיין עס איז וויכטיג ארויסצוהאבען, יעדער איינער כפי מקומו ושעתו, און לפענ”ד איז דאס א נקודה וואס פעלט שטארק פאר אסאך מענטשען אין די אלע סומאטאכעס וכדומה. און דאס איז די שחרור פון חכמה. און די ריזיגע חילוק און די וועג פון לעבן אין דער וועלט צווישען דער חכם און דער טיפש. איך מיין נישט דא דווקא בעל כשרון און ידען, נאר עס איז דא א געוויסע וועג פון לעבן וואס רופט זיך דער לעבן פון א תלמיד חכם, פון א חכם בכלל, וואס הגם ער פארשטייט אלעס, ער איז גוט באקאנט אין אלע פראבלעמען קשיות ספיקות און חקירות, דאך שוועבט ער למעשה איבער אלעס. ער קען מיט די פולסטע קאך מסביר זיין עפעס א סאציאלע פראבלעם, אבער למעשה איז ער קאלט, נישט ח”ו עס גייט עם נישט אן, נאר ער לעבט העכער פון דעם, אין א וועלט פון חכמה ודעת, ער ווערט נישט אזוי צודראדעלט ווי דער צווייטער וואס האט די זעלבער שמועס.
אין די וואכען ליינט מען די סדרות פון יציאת מצרים און מתן תורה, מען רופט דאס שובבי”ם, דהיינו אז עס איז דא אן עבודה זיך צוצושטעלען צו דאס וואס טוהט זיך אין די סדרות, די גאנצע מעשה פון יציאת מצרים און מתן תורה איז א בנין אב פאר יעדער סארט מיצר און שיעבוד אין די וועלט וויאזוי ארויסגיין פון דעם און דאס איז אונזער עבודה, דער תכלית און יסוד פון אידישקייט, ארויסגיין מעבדות לחירות. אין די מעשה איז מבואר אז די עיקר יציאה פון מצרים איז די מתן תורה. דאס הייסט ארויסגיין פון גלות הפנימי איז נאר דורך תורה און חכמה, לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי. מענטשען שאצן אונטער די חילוק פון א פשוטער מענטש און א חכם, וואס אויפן פלאך זעהט מען נישט אזא חילוק אמאל, אבער למעשה לעבט מען אין אן אנדערע וועלט. לולי תורתך מיינט נישט אז א תלמיד חכם האט א צרה קען ער כאפן א גמרא און זיך אריינטוהן אין דעם פארגעסן פון זיין צער. עס איז פיל טיפער און מער כללות’דיג פון דעם. עס מיינט אז זיין א מענטש וואס איז עוסק אין חכמה, אין דברים מופשטים, לערנט עם צו קוקען אויף די גאנצע וועלט מיט אן אנדערע קוק, ער איז נישט א חלק פון די געשעהנישען ער שטייט איבער זיי, ער הערט און פארשטייט און איז א חלק פון אלעס און דאך איז עס עם נישט נוגע.
מען רעדט אסאך פון די צער פון חכמה, פון יוסיף דעת יוסיף מכאוב, אוודאי איז דא אין דעם אן אמת, אבער מע פארגעסט אינגאנצן צו רעדן פון דער גליק פון חכמה, פון דער געוואלדיגע שיחרור און חירות וואס חכמה גיט פאר א חכם. דער רמב”ם זאגט אז חיי בעלי החכמה בחכמה הם תלויים. דאס איז נישט נאר בשלילה, אז ער קען נישט לעבן אן זיי חכמה, נאר בעיקר לחיוב, החכמה תחיה בעליה. צו קענען קוקען אויף יעדער זאך מיט א בליק פון חכמה, נישט מיט קיין בליק פון מוסר און נישט מיט קיין בליק פון תיקון העולם, דאס זענען אנדערע זאכען, נאר פשוט מיט א בליק פון חכמה, דער עצם אקט פון צונעמען א זאך פון עס ארויסהאבען פון עס פארשטיין אויף מער א מופשט’דיגע לעוועל דאס ברענגט אריין א מענטש אין אן עולם החכמה, אין אן עולם וואס שאפט די וועלט און איז נישט תלוי אין איר, בחכמתה ברא עלמא. דער חכם איז טאקע גרייט צו ליידען אסאך צער פאר זיין חכמה, ווי דער קאצקער רבי האט געזאגט, אבער אפילו אזא שארפער און שטרענגער חכם ווי דער קאצקער ווייסט אז דאס איז נאר דער חיצוניות. א חכם קען מקבל זיין אויף זיך ייסורי איוב כדי צו דערגרייכען א געוויסע חכמה, ער קע מקיים זיין דער לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, און אז איינער קוקט פון דער זייט זעהט ער עם אויס ער ליידט ממש, און אוביעקטיו איז ער טאקע א גרויסער רחמנות, אבער למעשה ער לעבט נישט אין עם, ער איז ערגעץ אנדערש.
סוקראטעס האט געפאדערט פון מענשטען צו לעבן אן examined life , אן איבערגעקוקטער לעבן, נישט א לעבן פון דיפואלט, נאר א לעבן פון חכמה, און האט געטענה’ט אז אן אומבאטראכטער לעבן איז נישט ווערט צו לעבן. דאס איז נישט קיין שארפער מוסר דרשה פון מאמין דת הפילוסופיה. דאס איז א דרשה פון א גואל וואס קומט אויסלייזען מענטשען פון זייער פיין. חכמה, אדער אהבת החכמה= פילאסאפיע בלשון יווני, מיינט נישט נאר א זאמלונג פון ידיעות און כשרון. מען מיינט דער אקט פון דורכטראכטען א זאך, דער אקט פון זיך אוועקזעצן פילסאפירען, אדער אויף פשוט’ע ווערטער, טראכטען. דער אקט האט אין זיך א סגולה אז עס איז משחרר א מענטש פון אלע טרדות און דאגות. ווי חז”ל זאגען המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ.
דער יסוד איז נישט תלוי אין וועלכע דיסציפלין פון חכמה מען רעדט וועגן, ביי איינער געשעהט עס בעיון ההלכה והתלמוד ביי א צווייטער ביי כימיע און ביי א דריטער ביי פילאסאפיע. אבער דער יסוד איז אייניג. יעדער מהלך וואס ברענגט א מענטש צו זעהן דער וועלט אין אן אנדערע, מער טיפערע, מער מופשט’דיגע בליק, איז עם משחרר פון אלע טרדות בני אדם.
עס איז כדאי, בפרט אין א סייט וואס איז אזוי מלא דאגות, מלא טענות ותערומות אויף פארשידענע פראבלעמען, און איך מאך זיי נישט קלענער, אבער עס איז כדאי צו געבן א טראכט א רגע די חילוק וויאזוי א חכם נעמט אן די זאך און וויאזוי א נישט חכם נעמט דאס אן. מיר כאפען נישט ווי ווייט דער חילוק גייט.
—
מען דארף אביסעל מער מסביר זיין און צונעמען וויאזוי דאס ארבעט, וואס מיינט מען פונקט מיט די ווארט חכמה דא, וויאזוי טאקע ארבעט די זאך, וואס איז א שטיקל פארדאקסאליש. אין אנדערע ווערטער טענה איך למשל אז שטודירען דער האלאקאוסט גוט און טיף מכל הצדדים, וועט ברענגען דער חכם וחוקר צו א געוויסע נחמה איבער דער שוידערליכע מעשה, עס וועט עם געבן א געוויסע מידת ההשתוות, ווי ער וועט נישט זיין משועבד צו די צער און ווייטאג וואס זענען זאכען וואס בינדען איין מענטשען און האלטען זיי אין פלאץ, און וועט האבען א ריינע אפענער קאפ אין דער נושא, ער וועט צומאל אפילו זאגען חכמות און סברות וואס ווען א נארמאלער נישט חכם הערט דאס וועט ער שרייען אז דאס איז אומסענסעטיוו, אדער כפירה, אבער ער זאגט עס נישט וועגן דעם נאר וויבאלד ער איז א חכם און האט א גרעסערע בליק.
די זעלבע איז לגבי אלע מיני ענינים פון חכמה. למשל מענטשען וואס שטודירען טיף זייער רעליגיע, און רעליגיע מיין איך נישט דא דווקא רעליגיע. נאר בכלל, יעדער איינער האט דאך עפעס א סדר א מהלך החיים א געוויסע סעט פון רולס און כללים לאור וואס ער לעבט, מאראלישע הנחות, קולטורישע הנחות, פסיכאלגישע הנחות, אא”ו. פיל מאל טרעפט מען מענטשען וואס הייבען דאס אן צו חוקר זיין ערנסט און זייער הארץ צופאלט זיי, זיי ווערען ממש צובראכען און דעפרעסט, אז ער הייבט אן צו זעהן ווי אלעס וואס ער איז געווען פארזיכערט איז גארנישט אזוי זיכער, אז די ענינים אויף וואס ער בעיסט זיין לעבן אלס זענען אלע מוטל בספק, דאס איז א זאך וואס קען ממש צושאקלען א מענטש.
דארף מען אבער וויסען, עס איז ריכטיג אז די חכמה איז מחייב אלעס צו פרעגען, אויף יעדער זאך צו פרעגען מהיכי תיתי מהיכן דנתני, און אוודאי קען נישט זיין עפעס זאל זיך רופען ריכטיג חכמה אן וואס ער זאל פרעגען די יסודישע און טיפע שאלות, אבער דער חכמה איז א כוח בונה אין דער וועלט נישט א כוח הורס. אז מען נעמט אן בסופו של דבר די שאלות אלץ אן ענין פון טויט און דעפרעסיע, נישט אן ענין פון לעבן און החכמה תחייה, איז א סימן אז דאס איז נישט חכמה דאס איז טיפשות, מען האט געגעבן די כלים פון חכמה אין די הענט פון א טיפש און ער ווערט ניזק פון דעם [איך זאג נישט א כלל, אסאך מאל איז די דעפרעסיע נאר א שלב וואס מען מוז אריבערגיין אנצוקומען צו די ריכטיגע השגה פון החכמה תחייה].
דער ריכטיגער חכם ערלויבט זיך צו מטיל זיין בספק יעדער זאך וויבאלד ער לעבט בשחרור פון די אלע זאכען לכתחילה. דער חכמה און ספקנות זיינער עפענט עם אויף א טיר צו וועלטען אן א שיעור. אנשטאטס זיין משועבד צו איין פאראדיגמה א גאנצער לעבן און נישט קענען זעהן קיין שום זאך נאר דורך די גלעזער, איז ער פריי צו טראכטען און פארשטיין יעדער זאך אויף צענדליגע אופנים. נישט די ספקנות צוברעכט עם אלע וועלטען און פארלאזט עם אין די פינסטערע קעלט, נאר עס נעמט עם ארויס פון א שווארץ -ווייסע וועלט צו א וועלט פון פילע פארבען, ווי אלע קאלירען שפילען צוזאמען אין טויזנטע צירופים וצירופי צירופים. ער פארשטייט אלע צדדים פון יעדער זאך און איז קיינמאל משועבד נאר צו איין זאך.
דער וואס טוהט באמת אין חכמה, טראכט נישט קיין שום זאך צוויי מאל. ער גלייבט נישט היינט ווייל ער האט נעכטען געגלייבט, און יעדער שמועס וואס ער האט איבער אן ענין פון חכמה איז ער פון ניי מעיין אין די זאך. נאר אזוי הייסט דער אקט פון טוהן חכמה, ער שטייט אויף יעדער אינדערפרי צו א ריינער וועלט, א וועלט אן קיין שום הנחות קדומות, אן קיין שום שיעבודים, און ער לעבט אין דעם. נאך לעבן א טאג ווי א חכם, האט ער ריכטיג צו דאנקען מודה אני וכו’ ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמתי חלקי מיושבי קרנות, שאנו משכימים והם משכימים וכו’ ביידע טוהן לפנים פונקט די זעלבע זאך, נאר איינער לעבט חיי העולם הבא און דער צווייטער לעבט בבאר שחת. ושים חלקנו עמהם אמן.