חז”ל זאגען כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות. די אנדערע צד פון דעם איז כשם שפרצופיהם דומות זו לזו כך דעותיהם דומות זו לזה. קלארער געזאגט, כשם וואס די פרצופים פון מענטשען טייילען זיך אין געוויסע עטליכע קאטאגאריעס, אזוי קען מען פארזעהן כמעט אלע דעות פון מענטשען אין געציילטע קאטאגאריעס.
געמאכט האט זיך דאס ווען איך האב געליינט דער באווסטער יומענס אוו ניו יארק, וואס איז בעיני איינע פון די מערסטע אינטרעסאנטע ליטעראוטורע און ויזואלע ווערק פון דער היינטיגער טאג. דארט זעהט מען יעדער טאג אפאר נייע פרצופים מיט נייע דעות. יעדער מיט זיינע מעשיות און דברי חכמה וטיפשות. פונקט אזוי אינטרעסאנט ווי די בילדער זענען אבער די תגובות פון טויזנטע ליינער וואס לייגען צו זייערע הערות אויף די מעשיות פון די מענטשען. דא טרעף איך זיך יעדן טאג מיט טויזנטער פרעמדע יומאן ביינגס וואס איך האב זיך קיינמאל מיט זיי נישט געטראפען.
וואלט מען געקענט מיינען, אז אזויפיל טויזנטער מענטשען זענען מעיר אויף עפעס, וואלט מען געדארפט אוועקגיין מיט לפחות אפאר הונדרעט נייע קוקווינקלאך אויפ’ן מענטש און אויפ’ן לעבן יעדער טאג. ניין זאג איך דיר. על פי רוב קען מען אידענטיפיצירען אויף יעדער בילד בערך פינף זעקס אנדערע תגובות און די זעלבע פינף זעקס חזר’ן איבער הונדרעטער מענטשען יעדער איינס. אין די היינטיגע טעכאנאלגיע וויאזוי פעיסבוק שטעלט אויס די תגובות מאכט דאס גרינג צו זעהן. איז אי האב געמיינט איך וועל דא הערן אנדערע קולות פון צען טויזנט אנדערע פרעמדע מענטשען, דערווייל זעה איך זיי זענען גארנישט אזוי אנדערש און פרעמד, בערך צען וועגן איז דאס צו קוקן אויף יעדער זאך און שוין. איך ווארט אלץ ווי איז דער עלפטער מיינונג דא, איז דען נישט דא עפעס א נייע וועג דא צו קוקען?
אמאל האב איך זיך גע’חבר’ט מיט אן אינטרעסאנטער איד אזא חכם הכולל, א תלמיד פון ר’ יאשע בער און ר’ איטשע מאיר צוזאמען, עכ”פ האט ער מיר געלערנט אזא טעכניק שקיבל מרבותיו, פרעג מיך נישט וועלכע, אז ווען מלערנט עפעס א סוגיא בעיון און מ’זוכט א פשט א הגדרה א חקירה, אז נאכ’ן דן זיין אין די אלע צדדי החקירה וואס מען האט מעלה געווען, און מ’מיינט מ’האט שוין דורכגערעדט אלע צדדים, זאל מען זיך געבן א שטעל אפ, מפנה זיין די קאפ א מינוט, און פרעגן, איז דא דא נאך א פשט צו לערנען. לטענתו, יעדער איינציגער מאל טרעפט מען עס איז גאר דא א נייער פשט וואס עס איז פריער בכלל נישט איינגעפאלן.