אודות
תרומה / חברות

הלכות קידוש החודש פרק ד׳

רמב״ם הלכות קידוש החודש פרק ד׳ וועגן עיבור השנה. דער שיעור באהאנדלט פארוואס מען לייגט צו א דרייצנטן חודש (אדר שני) און ווען מען טוט דאס, כדי פסח זאל אלעמאל זיין בזמן האביב לויטן פסוק “שמור את חודש האביב”. ס׳ווערט אויפגעקלערט אז עיבור השנה איז נישט קיין חידוש נאר דער פשוט׳ער פשט, ווייל די תורה זאגט אז חדשים גייען לויט די לבנה און די יאר גייט לויט די זון, און די איינציגע וועג צוזאמצוברענגען די צוויי סיסטעמען איז דורך צולייגן א חודש יעדע שטיק צייט.

⏱️ Chapters

(00:00) הקדמה

(00:36) חזרה: יסודות פון שנה און חודש

(02:40) הלכה א׳: שנה מעוברת – צולייגן חודש אדר

(09:10) קשיא: וואו שטייט אז פסח איז אלע צוועלף חדשים?

(12:04) די „סתירה" אין „חודש האביב" — און פארוואס עס איז נישט קיין סתירה

(13:48) פארוואס וואלט דער רמב"ם זאגן אז פסח וואלט געקומען במות החמה?

(18:23) דער רמב"ם׳ס לימוד פון „ימים אתה מונה ואתה מונה חדשים"

(19:04) פארוואס ימים טובים זענען ביי מלוי הלבנה