דער רמב”ם’ס שיטה אויף יציאת מצרים איז אז עס איז א פירסום פון אמונה, נישט א הוכחה אויף אמונה. פסח און סוכות זענען געקומען צו מפרסם זיין געוויסע דעות און צו לערנען מידות טובות, אבער דער רמב”ם זאגט קיינמאל נישט אז יציאת מצרים איז א ראיה אויף השגחה פרטית אדער אויף די עקזיסטענץ פון גאט. דאס איז א פונדאמענטאלער חילוק צווישן דעם רמב”ם און דעם רמב”ן, וואס דער רמב”ן קוקט אן יציאת מצרים ווי א גילוי און הוכחה אויף יסודות האמונה.