דער שיעור באהאנדלט די פיר דימענסיעס פון “כל המרבה לספר ביציאת מצרים” לויטן רמב”ם אין ספר המצוות: גדולת מה שעשה לנו השם, מה שעשה למצרים מעוול וחמס, איך לקח השם נקמותינו, און הודאה. דער רמב”ם אין הלכות חמץ ומצה אונטערשיידט צווישן צוויי לעוועלס פון פארשטיין יציאת מצרים – די פשוטע לעוועל פון “עבדים היינו” (פאר קטנים און טיפשים) און די העכערע לעוועל פון “מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו” (פאר גדולים וחכמים), וואס לערנט אז דער עיקר מעסעדזש פון יציאת מצרים איז די דעת האמת וואס אברהם אבינו האט מחדש געווען – אז ס’איז דא איין גאט און אים אליין דארף מען דינען, און משה רבינו האט געראטעוועט די ירושה דורך ארויסנעמען די אידן פון עבודה זרה.