דער שיעור לערנט הלכות ספר תורה פרק ח׳ וועגן פרשיות פתוחות וסתומות — וואס איז דער חילוק ביניהם, וויאזוי מ׳שרייבט זיי, און אז א טעות דערין איז פסול אן קיין תקנה. דער רמב״ם ברענגט א פולשטענדיגע רשימה פון אלע פתוחות און סתומות אין די תורה, געשטיצט אויף דעם ספר הידוע במצרים וואס בן אשר האט מגיה געווען, און דאס איז געווארן אנגענומען ביי כלל ישראל. אויך ווערן באהאנדלט די הלכות פון שירת הים און שירת האזינו, וויאזוי מ׳שרייבט זיי אריח על גבי לבנה, און די גאנצע עניין פון ספעיסעס אין א ספר תורה.