חבורת הזוהר השבועי

קביעין כן תהוון בהנהו חבורתא

א ווארט צו מיינע טייערע ידידים

תורה לערנען איז נישט עפעס וואס ארבעט ווי א ביזנעס. עס איז אויך נישט קיין אונטערהאלטונג וואס מען באצאלט פאר אן ענטערטעינער וואס זאל אונטערהאלטן דעם עולם. תורה איז אויך נישט קיין זאך וואס געשעט דורכ’ן מענטש אליין אז ער זאל עס איבערגעבן ווייטער. תורה נקנית בחבורה. תורה ארבעט אלעמאל מיט א קשר צווישן דעם משפיע און מקבל. ריכטיג תורה געשעט נאר ווען ס’איז דא דער צוזאמענארבעט פון רב ותלמיד. איינער זאגט און איינער הערט. נאר פון צווישן דער זיווג עליון פון א חבורה וואס לערנט צוזאמען ווערן געבוירן לעבעדיגע דברי תורה, ומיני ומינך תסתיים שמעתתא.

זכינו אז די תורה וואס מיר לערנען דא איז נישט סתם עפעס וואס גייט חלילה לטמיון נאר בחסדי ה’ הערט מען כסדר צוריק גרוסן פון חברים מקשיבים וואס זענען שטארק נהנה פון די שיעורים און געבן איבער הערות מחכימות וואס העלפט אז ס’זאל א ריכטיגע חבורה של תורה וואס העלפט אויף ווייטער און דאס ווידער-קול פון די וואס האלטן מיט און הערן אויס די שיעורים איז אלעמאל מיט מיר בשעת’ן לערנען.

אם אין קמח אין תורה. א ריכטיגע שלימות’דיגע שותפות אין א זאך איז אלעמאל ווען דער שותף איז זיך משתתף באופן ממשי מיט געלט וואס נעמט צוזאם די נפשות ס’זאל נישט פארבלייבן בצורה פון א מוכר מיט א לוקח נאר אן אקטיווע חבורה וואס שאפן תורה אינאיינעם און יעדער גיט זיין חלק.

על פי בקשת חברי וידידיי, האב איך אויסגעשטעלט אן אופן ווי מען קען זיך איינשרייבן און איינהאנדלען א ‘מעמבערשיפ’ אין די שיעורים און געבן א חודשליכע באשטייערונג וואס מיט דעם ווערט מען טייל פון יוצרי התורה.

מיר האבען אוועקגעשטעלט דער פרייז ביי 18 דאלער א חודש עס זאל קענען זיין א דבר שווה לכל הנפש. טאמער ווילט איר געבן א גרעסערע נתינה קען מען מקדיש זיין עקסטער א שיעור אדער קונטרס. טאמער קענט איר זיך נישט דאס ערלויבן פארבינדט זיך מיט מיר און מיר וועלן געבן אן אופן פאר אן אנדערע סומע.

 

ווערט קביעות'דיגע שותפים אין דער זוהר שיעור

$ 18 Monthly
  • נעמט א חלק אין דער וועכנטליכער שיעור זוהר
  • זייט פון די געבערס פון תורה און נישט די נעמערס
  • זייט א חלק פון אונזער חבורה נעלה
זכות עצומה