דער בעל שם טוב לערנט אז תפילה האט צוויי שלבים: ערשט דארף מען אריינברענגען אור אלוקות אין די אותיות פון די ווערטער, און נאכדעם פליען די אותיות אליין ארויף צו מאכן יחודים אין די עליונות. דער חידוש איז אז מען קען בעטן הילף פון די אותיות אליין — זיי זענען כלים פאר קדושה און קענען העלפן א מענטש וואס עס איז אים שווער צו דאווענען בכוונה. דער שיעור ברענגט די מקורות פון רמ״ק און חסד לאברהם, און ווייזט ווי דער תולדות יעקב יוסף פארשטייט אז דאס איז דער יסוד פון בעל שם טוב׳ס דרך אין כוונת התפילה.