אודות
תרומה / חברות

הלכות תפילין מזוזה וספר תורה פרק ג׳

אין דעם שיעור לערנט מען הלכות תפילין ומזוזה וספר תורה פרק ג׳ וועגן מעשה התפילין – וויאזוי מ׳מאכט די בתים און רצועות. דער רמב״ם לערנט אויס די אכט הלכות למשה מסיני וואס באטרעפן די מאכן פון תפילין, אריינגערעכנט אז די בתים דארפן זיין מרובעות, די תפירה מיט גידין, די שי״ן אויף די זייטן, און די סדר פון די פרשיות אין תפילין של ראש. ס׳ווערט אויך באהאנדלט די מחלוקת צווישן רש״י און רבנו תם וועגן די סדר פון די פרשיות, די דינים פון רצועות שחורות, און פראקטישע הלכות וואס קומען פאר ווען תפילין ווערן צעריסן.