אודות
תרומה / חברות

הלכות תשובה פרק ח

הלכות תשובה פרק ח’ לערנט אויס די מהות פון עולם הבא – אז דאס איז נישט קיין גשמיות’דיגע וועלט מיט עסן און טרינקען, נאר די נשמה אליין וואס לעבט אייביג און איז נהנה מזיו השכינה דורך השגת השם. דער רמב”ם באשרייבט ווי אלע משלים פון נביאים וועגן “הר ה'” און “סעודה” זענען נאר דימויים ווייל מען קען נישט באשרייבן די אמת’דיגע טובה פון עולם הבא אין גשמיות’דיגע ווערטער. ער מסביר אויך פארוואס עס הייסט “עולם הבא” כאטש עס עקזיסטירט שוין יעצט – ווייל פאר יעדן מענטש קומט עס ערשט נאכדעם וואס ער לעבט אלס גוף ונפש אויף דער וועלט.