במדבר ב – דגלי המחנות

תוכן עניינים

סיכום השיעור 📋

The Organization of the Israelite Camp and Marching Order (Parshas Bamidbar)

Main Topic

The parsha explains how the Israelites were organized into encampments (דגלים) both when resting around the Mishkan and when traveling, following the census from the previous parsha.

The Meaning of דגל and Its Purpose

The word “דגל” carries two meanings: (1) a flag/banner, and (2) a large military division or camp, as seen in Shir HaShirim “איומה כנדגלות.” Rashi explains the practical purpose of flags—each soldier knows where to go based on his unit’s banner. The arrangement served two functions: “יחנו” (encampment) around the Mishkan, and “יסעו” (traveling), with the principle “כאשר יחנו כן יסעו” meaning they traveled in the same formation as they camped.

The Four Camps

The tribes were divided into four divisions: (1) Yehuda, Yissachar, and Zevulun in front; (2) Reuven, Shimon, and Gad on the second side; (3) The Leviim with the Mishkan traveled in the middle; (4) Ephraim, Menashe, and Binyamin; and (5) Dan, Asher, and Naftali in the rear. The Torah repeats the population numbers for each tribe and complete camp, even though this could be calculated from the previous parsha, because the counting itself was part of establishing the military order.

Distinctive Family-Based Structure

Unlike modern armies where soldiers are separated from family and assigned by skill, this army kept everyone “איש על דגלו למשפחותם”—organized by tribe, family, and בית אב. This arrangement of keeping relatives together may have been more effective for morale and coordination than conventional military organization.


תמלול מלא 📝

פרשת במדבר: סדר המחנות והדגלים

הקשר לפרשה הקודמת

אין די פריערדיגע פרשה האט מען געציילט די אידן, אבער מען האט מסביר געווען אז דאס איז געווען צו וויסן וויפיל מענטשן ס’איז דא יוצאי צבא, וואס איז דער סדר צו זיין די מלחמה און אזוי ווייטער. אין די היינטיגע פרשה איז מען טאקע מסדר דאס. מען ווייסט שוין וויפיל ס’איז דא אין יעדער שבט, קען מען וויסן ווער איז שטערקער, ווער איז שוואכער.

ווען מען באנציילט, ווייסט מען נישט נאר וויפיל מענטשן ס’איז דא, נאר מען פארשטייט בשמות, למשפחותם, לבית אבותם. בלייבט אז מען פארשטייט יעדער איינער וואס זיינע כשרונות איז, וואו ער באלאנגט, וואסערע זאכן איז ער בעסער, צו ער קען בעסער תוקף זיין, קען בעסער אטאקירן, צו ער קען בעסער מגין זיין, דעפענדן. יעדער איינער האט זיך זיין כשרון און זיין האנדל, אפשר לויט וואס ער איז נתמנה געווארן אין זיין משפחה, און ער איז מער צוגעוואוינט נאך זיין פאטער, און אזוי ווייטער.

הביאור בפסוק “איש על דגלו”

איז אין די היינטיגע פרשה איז דער פסוק מסדר טאקע ווי יעדער איינער גייט שטיין. און ס’איז דא צוויי חלקים. ס’איז דא, קודם כל וויאזוי ס’הייסט, ס’שטייט “איש על דגלו”. וואס טייטש “דגל”?

שני פירושים במילה “דגל”:

“דגל” האט צוויי טייטשן. “דגל” קען מיינען א פאן, אזוי ווי היינט רופט מען עס געווענליך א פאן. אבער די פשטות אין די פסוק איז אז “דגל” איז טייטש אזויווי ס’שטייט אין שיר השירים “איומה כנדגלות”, ס’מיינט אזויווי א גרויסע מחנה. למשל, א שבט איז אבער א קליינע גרופע סאלדאטן. די “דגל” איז אזויווי די גאנצע דיוויזיע, ווי מען זאגט למשל אויף ענגליש, א גאנצע גרופע פון סאלדאטן, דאס הייסט א “דגל”.

רש”י: התכלית המעשי של הדגל:

און מסתמא פארדעם הייסט טאקע א “דגל” וואס מען נוצט א פאן, אפשר באותות, ס’מיינט, דאס טייטש רש”י, אז מען ברענגט א צייכן, א פאן. האט עס נאך אנגעהויבן נישט נאר אלס א סימבאל, נאר ס’איז א תכלית’דיגע זאך, א פראקטישע מינינג, אז מען הענגט אויף די פאן, ווייסט יעדער סאלדאט וואו ער דארף גיין. יעדער חלק האט זיך זיין פאן, און אפשר האט יעדער איינער געהאט א פאן. אבער די עיקר ווארט איז אז מען איז מסדר דא די פאנען, וויאזוי צו מסדר זיין די ארמיי בעצם.

שני סדרים: חנייה ומסעות

סדר החנייה:

און די ארמיי האט צוויי זאכן. ס’איז דא “יחנו בני ישראל” וואו מ’רוט. דאס איז שוין געשטאנען אין די פריערדיגע פרשה, ס’איז געשטאנען אז די לוויים רוען סביב למשכן, און די אידן ארום זיי. דאס איז אזויווי ארום די משכן, דאס הייסט בשעת המחנה. רוען מיינט נישט ווען מען פארט אדער ווען מען איז לוחם, נאר ווען מען זיצט אויף איין פלאץ, אז יעדער איינער האט זיך זיין פלאץ וואו צו זיצן. און דאס איז אלץ ארום די משכן. מען קען מעיין זיין אז ס’איז אזויווי מען איז מגין אויף די משכן. די לוויים זענען מגין אויף די משכן, און די אידן נאכדעם זענען נישט, די אידן זענען ארום די משכן. אזוי האט מען איינגעזאגט. על כל פנים, דאס איז געווען די סדר ווי מען רוט.

סדר המסעות:

אפשר איז אויך די סדר ווי מען איז מסודר. מען גייט דאך אריין אין מיליטער, דארף מען זיין אלעמאל אויסגערעכנט. אזוי ווי יעדער איינער זיצט שוין אויף זיין פלאץ ווי ס’קען, און נאכדעם אזוי ווי מען שטייט אינמיטן, איז “כאשר יחנו כן יסעו”, די זעלבע סדר, אדער מער ווייניגער די זעלבע סדר, מען קען מיינען אז ס’איז געווען ממש די זעלבע סדר, ס’איז דא מחלוקת אין חז”ל שוין וועגן דעם, אבער אזוי ווי זיי זענען יחנו, אזוי ווי פארן זיי אויכעט.

אבער ווען מען פארט אין מסעות, יעצט פארן, איך מיין אז ס’איז דא א דריטע זאך פון מלחמה, ווען מען איז טאקע לוחם, דעמאלטס מסתמא איז דא שוין א דריטע סדר, נישט פונקטליך יעדער איינער פארט אזוי. אבער ווען מען פארט טרם מלחמה, פארט צו ארץ ישראל, גייט מען פארן די זעלבע סדר פון די דגלים.

ארבעת המחנות

יעצט, בשעת’ן מאכן די דגלים, איז קודם געציילט די שבטים אויף פיר פארטס, יא?

דגל מחנה יהודה:

האסטו דגל מחנה יהודה, ער איז דער ראש, און אלוף מטה יששכר, נאכדעם, ביי די דריטע מאל שטייט נישט שוין ביי אלוף מטה זבולון, כדי זיי זאלן מצטרף זיין, ער איז נאר א טפל צו די טפל.

משמעות הספירה:

און די תורה רעכנט איבער די נומבערס, סיי די נומבערס פון א יעדער שבט, ס’איז דא צוויי פקודים, און סיי די נומבער פון די גאנצע מחנה, די גאנצע דגל צוזאמען. און בעצם איז נישט מחדש דא גארנישט, ווייל ס’איז קען מען עס מאכן די חשבונות אליינס פון וואס מען ווייסט אין די פריערדיגע פרק. אבער ס’זעט אויס אז דאס האט א משמעות, די ציילן מיינט נישט סתם צו וויסן וויפיל, ס’מיינט אויך מסדר צו זיין, צו קענען דאס דערטאן, ווייל דאס געבט מער, ס’שטייט ער אין די פראנט. און אזוי ווייטער, ס’איז דא מפרשים וואס ווילן זאגן, די בעל הטורים, ס’איז מבטא נאך א זאך, אז מ’האט עס טאקע מסדר געווען אין די זעלבע זאך.

שאר המחנות:

אין די צווייטע זייט איז דא ראובן און שמעון און גד. נאכדעם שטייט אינמיטן, דגל מחנה לוים פארט אינמיטן, “ואחר כך כאשר יחנו כן יסעו”, דאס הייסט אז די משכן פארט צוזאמען, אזוי ווי די משכן ווען די ריעים זיצן אינמיטן, וועלן זיי פארן עס אויך אינמיטן. נאכדעם איז דא מחנה אפרים, מנשה, בנימין. נאכדעם דן, אשר, און נפתלי, דאס איז די פערדע מחנה, די בעק. איז דאס איז די סדר.

הסדר לפי משפחות

שמירת המבנה המשפחתי:

און בעצם, יעדער איינער בלייבט מיט זיין משפחה, מיט זיין שבט. נישט אזוי ווי אמאל היינט, מען גייט אין די ארמיי, יעדער איינער צעטיילט זיך פון זיין שבט, און מען צעטיילט יעדער איינער לויט זיינע כשרונות. ניין, די ארמיי איז “כאשר יחנו כן יסעו איש על דגלו למשפחותם”, ס’איז זייער מסודר לויט ווי יעדער שבט איז דער קינד פון זיין משפחה, פון זיין בית אב.

היתרון בסדר זה:

הגם וואס מיר האבן געזאגט פריער, אפשר יעדער איינער זאל זיין כשרון, אבער ס’קען זיין סתם אזוי, יעדער איינער, אז ס’איז בעסער מענטשן זאלן זיך שלאגן צוזאמען מיט זייערע ברידער, צוזאמען מיט זייערע קרובים, מיט זייערע קאזינס, וואס איז נענטער, וואס אזוי ארבעט זיך אויס בעסער, און ס’טוישט נישט. ס’איז אסאך מאל ווען מ’גייט אהיים, מ’הייבט אן צו פארן, ווערט א גרויסע צעפארעניש. האב איך שוין גראדע טאקע געווענדעט צעפארעניש שפעטער אין דעם ענין.

הסיכום:

אבער דערווייל וויל מען אז דער סדר זאל זיין ארום דעם משכן, יעדער איינער זאל וויסן זיין פלאץ, און בלייבן. אפילו ווען מ’פארט, “כאיש אשר יעשה איש על דגלו באותות”, יעדער איינער ווייסט פונקטליך זיין פלאץ, ווייסט וואו ער גייט, ווייסט וואו ער קומט, ווייסט וועלכע נאמבער ער איז, וויפיל מענטשן, וואס זיין דזשאב איז, אזוי אין וועלכע משפחה ער באלאנגט, אין וועלכע בית אב, אזוי די גאנצע פרטים. אזוי ווי עס איז ווען מ’רוהט, אזוי איז עס ווען מ’פארט אויך.

✨ Transcription automatically generated by YiddishLabs, Editing by Claude Sonnet 4.5, Summary by Claude Opus 4

⚠️ Automated Transcript usually contains some errors. To be used for reference only.