אודות
תרומה / חברות

התודה הוא התפלה על רוב טובה | זוהר עקב תשפ״ו

אין דעם שיעור ווערט באהאנדלט פארוואס מענטשן קענען נישט סובל זיין רוב טובה, און וויאזוי הודאה איז די איינציגסטע עצה זיך צו מקבל זיין גרויסע טובה. דורך ווערטער פון חוני המעגל, דער פרשת עקב, און זוהר׳דיגע מקורות ווערט דערקלערט אז חסרון איז מצד הנברא און שלימות איז מצד הבורא — ממילא איז שמחה און הכרת הטוב דאס העכסטע ניוואו פון עבודת השם. ווען מ׳מאכט א הודאה שאפט מען כלים כדי צו קענען אויפנעמען נאך מער טובה, אזוי ווי ארץ הצבי וואס פילט זיך אן לויט וואס ס׳איז.