אודות
תרומה / חברות

ג׳ פירושים על ‘חמש כנגד חמש׳ | פרדס רמונים שער א פרק א – ב

אין דעם שיעור ווערט באהאנדלט די משנה אין ספר יצירה “עשר ספירות בלימה, מספר עשר אצבעות, חמש כנגד חמש, וברית יחיד מכוונת באמצע” און דער רמ״ק׳ס פירושים דערויף. עס ווערן דורכגענומען דריי פירושים אויף “חמש כנגד חמש”: דער ערשטער פירוש איז אז ס׳איז דא פינף העכערע ספירות און פינף נידריגערע ספירות, דער צווייטער פירוש איז אז ס׳איז דא פינף ספירות לימין און פינף לשמאל, און דער דריטער פירוש איז אז ס׳איז דא פינף מכריעים צווישן דין וחסד. דער שיעור באהאנדלט אויך די פראבלעם פון “ברית יחיד באמצע” און ווי אזוי דאס שטימט מיט די סטרוקטור פון צען ספירות, מיט ראיות פון זוהר און תיקונים.