אודות
תרומה / חברות

סדר העליה משכחת עצמו באות ועד שכחת כולו בעצם – עמוד התפלה אות טז

דער מזריטשער מגיד לערנט אונז אז תפילה איז א פראצעס פון פארגעסן פון זיך אליינס און אריינגיין אין די ריעליטי פון די אותיות און ווערטער. ער שילדערט פיר עולמות: ערשט פארגעסט מען פון גוף (עשיה), דערנאך קאנעקט מען די ווערטער צוזאמען מיט תענוג (יצירה), שפעטער הערט מען שוין נישט וואס מען רעדט (בריאה), און לסוף ווערט מען אינגאנצן בטל צו די ריעליטי אליינס (אצילות). דער חידוש איז אז אלע תענוגים — אפילו גשמיות׳דיגע — קומען פון צוזאמטרעפן און יחוד, און דאס איז דער שורש פון די גרויסע שמחה ביים דאווענען ווען אותיות טרעפן זיך צוזאמען.