דער שיעור לערנט די ברכות פון ברכת המזון לויט נוסח הרמב״ם, אריינגערעכנט ברכת הזן, ברכת הארץ און ברכת רחם, מיט א פארגלייך צו אונזער נוסח און א דיסקוסיע וועגן די סטרוקטור און לשון פון יעדע ברכה. נאכדעם ווערט געלערנט די ברכות פון הפטרה – די ברכה פאר דעם ליינען און די פיר ברכות נאכדעם, מיט אן ערקלערונג פון זייער תוכן און שייכות צו נביאים און גאולה. צום סוף ברענגט דער רמב״ם די סדר ההפטרות פאר יעדע שבת און יום טוב, און ס׳ווערט דיסקוטירט פארוואס רוב הפטרות זענען נחמות און וואס איז דער עיקר ענין פון הפטרה בכלל.