דער שיעור באהאנדלט די יסוד-שאלה פון מצות סיפור יציאת מצרים: פארוואס דארף מען דערציילן יעדעס יאר אויב מ'ווייסט שוין? ס'ווערט געקלערט אז די מצוה איז צו געבן איבער פאר די נעקסטע דור, און אפילו ווען דער צוהערער ווייסט שוין, טוט מען עס נאך אלץ אויף דעם אופן ("לא פלוג"). ס'ווערט אויך דורכגענומען די מעשה פון בני ברק, די מחלוקת צווישן רבי אלעזר בן עזריה און בן זומא וועגן זכירת יציאת מצרים בלילות, און די ארבעה בנים מיט די פראגע וואס מיינט "כופר בעיקר" ביים רשע.