וואס איך האב צו זאגען II

האט מיר זיך ווידער פארזאמעלט פארשידענע עניינים וואס איך האב צו זאגען מקשר זיין די עולמות בין איך צוריק אין דער אשכול אראפלייגען מיין מהלך.

דאס מאל וויל איך צוגיין צו דער גאנצער מטרה פון אן אנדערע קוקווינקעל. פריער האב איך מסביר געווען עס איז פשוט גרינגער צו קענען אריינרעדן אין נושאים אן זיך מוטשען געבן די גאנצע מעשה ארום אדער אז יענער זאל מאכען די קאנטעקסט. פארשטיי איך היינט נאך א טיפערער סיבה פאר דעם. וכדהלהלן:

אז איך האב עפעס וואס צו זאגען, און עס איז טאקע עפעס וואס איך האב צו זאגען, נישט סתם איבערגע'חזר'ט א געוויסע צד פון א וויכוח וואס אלע ווייסען שוין, און אויך נישט סתם ממשיך זיין לאגיש א געוויסע טענה ביז די אבסורדיטי דערפון. וואס די אלע זאכען קען בעצם א קאמפיוטער שוין טוהן ווען מ'זאל עם נאר געבן פון פריער די טאלקינג פוינטס ארום א נושא אדער די לאגישע מהלך וואס טוהט זיך. נאר אז איך האב טאקע עפעס וואס צו זאגען, איז מורא'דיג שווער אז דאס זאל ארויסקומען ווען איך לייג עס אריין אין א שמועס וואס א צווייטער האט שוין געמאכט.

אמשול לכם משל ווי איך זעה דאס למשל. אין דער דאזיגער אשכול האבען פארשידענע ארויסגעדרוקט זייער פארדרוס אדער זלזול אז לא ידעי מאי אנא קאמר בכלל. דאס איז אוודאי א לעגיטימער טענה און איך דינג זיך נישט דערמיט דא. אבער עס איז זעלטן אז ווען איך מיש זיך אריין אין א צווייטער שמועס זאל איך באקומען אזא תגובה. הגם איך שטעל מיך פאר אז אסאך מאל זאג איך דארט אויך קאמפליצירטע נישט גענוג מוסבר'דיגע מינונגען וואס אנדערע כאפן נישט. וואס איז פשט דערפון? ווייל דארט זעהט מען שוין גלייך אויף וועלכע צד איך בין אין דער קאנטעקסט וואס עס איז שוין דא דערצו. אה, דער נעמט זיך אן פאר די אט"ד, אה דער נעמט זיך אן פאר אכשר דרא, אה דער נעמט זיך אן פאר די אראבער, וכו' וכו'. און שוין, האט ער שוין פארשטאנען די עיקר נקודה, די פרטים מאכן שוין נישט אזוי פונקט אויס. אבער ווען איך מאך אליינס די קאנטעקסט, באקום איך עטוואס מער פרייהיייט קלארצושטעלן און מגדיר זיין דער פלאץ פון ווי איך קום אויף מיינע טערמינען. וואס, אויב איך זאג עפעס בכלל, איז טאקע שווער צו פארשטיין וויבאלד עס איז נישט נאר א חזרה אויף עפעס א צד מוגדר מראש.

ולכשנתבונן בדבר, וועט מען פארשטיין אז די איינציגסטע זאך וואס א מענטש קען באמת מחדש זיין, און וואס קען בכל אנגערופען ווערן געטראכט אויף א נושא, איז טאקע די פרישע קוקווינקעל וואס ער קען נעמן אויף אנקוקען א זאך. מדגים צו זיין: אז מען גיט א קאלקולעיטער סיי וועלכער חשבון צו מאכען, מאכט ער עס אין א רגע אסאך בעסער און שנעלער פון א מענטש. דאך זענען דא מאטעמאטישע פראבלעמען און ענינים וואס פאדערן א מענטש א בשר ודם זאל זיי באטראכטען. פארוואס קען מען נישט פשוט פרעגן דער קאמפיוטער? ווייל מען ווייסט נאכנישט וויאזוי צו פרעגן די שאלה. די גאנצע גאונות וואס מען זעהט אין מאטעמאטיק, אדער מענטשען וואס טרעפן וועגן פותר זיין שווערע רעטענישען דורך קאמפיוטער פראגראמען וכדומה, איז נישט די פעולת המאטעמאטיק גופא וואס איז מוראדיג סימפל. נאר די conceptualiztion בכלל פון דער פראבלעם אזוי אז עס זאל זיין אזוי סימפל פותר צו זיין. און דער קאנצעפטואליזאציע פאדערט מען זאל קענען נעמען א גאנצער נייע קוק טאקע אפילו אויף זאכן וואס זענען פריער געווען מורא'דיג פשוט


ממשיך צו זיין דער געדאנק, ווען גלילאו זאגט אז דער שפראך פון די וועלט איז מאטעמאטיק, וואס איז דא דער עומק וואס איך זעה דא אין דער געדאנק. צו זאגען אז דער שפראך פון די וועלט איז מאטעמאטיק איז בעצם גערנישט געזאגט, ווייל מאטעמאטיק איז נישט מער ווי רעדוצירט יעדער זאך צו די מערסטע מוחש'לאזע און גרינג צו מבטא זיין אין קלארע וועגן באשטאנדטייל פון זיין עקזיסטענץ. פילאזאפיש גערעדט, איז מאטעמאטיק אלעמעל גערעכט וויבאלד עס זאגט אונז גארנישט איבער דער וועלט (עס איז אפריארי אלעמאל ריכטיג, ואכמ"ל). אבער דער טיפקייט פון דער ווארט ליגט אין דער יכולת פון דער התבוננות מתמטית צו קאנצאפטואלעזירען טאקע די גאנצע וועלט אין נוסחאות פון מאטעמאטיק. לדוגמא פאר דער ערשטער האט אונז געלערנט די יחסים פון די זייטן פון ד שעיפ , איז די שעיפ געווען מוגדר ביי אונז אין די פיזישע ביטוי דערפון. דער מאטאמאטיזאציע פון דעם איז געקומען מיט גאר א נייע קאנטעקסט אדער שפראך דאס אנצוקוקען. און דער שפראך איז מאיר עיניים עס מאכט דיר פלוצלינג זעהן די וועלט אנדערש מיט פארשידענע מעלות. אויף אזוי ווייט אז נאך וואס ניוטאן איז מרחיב און לערנט אונז ווי גאנץ פיזיק קען מען ליינען מאטעמאיש, קומט דיר אזא התפעלות דו זאגסט איך האב געטראפען די שפראך פון גאט.

אבער דער פילאזאף שטייט אין דער זייט און טראכט נאך איין לעוועל טיפער. קען זיין מאטעמאטיק איז גאט'ס שפראך. אבער דאס יכולת איבערטראכטען די וועלט אין נייע קאטאגאריעס און שפראך יעדער טאג מאכט דער מענטש שטערקער פון גאט. אין אנדערע ווערטער עס גיט עם אן אינסופו'תדיגער מעגליכקייט צו באקוקען די וועלט יעדער טאג מיט א נייער שפאקטיוו. און צו טרעפן אן אינסוף פון גאט יעדער טאג מחדש ומתחדש בטובו בכל יום תמיד.

דאס קען מען זאגען איז דער עומק המכוון איזהו חכם הלומד מכל אדם. א חכם איז נישט דער וואס ווייסט אויסצורעכענען יעדער זאך ביז'ן סוף. דאס קען א שטיין אויך טוהן. (אדער א שטיקל סיליקאן ארגאנאזירט אזוי ער זאל דאס טוהן). א חכם איז איינער וואס אנערקענט אז יעדער מענטש האט אן אייגענער שפראך אן אייגענער וועלט און ער איז גרייט יעדען טאג אנצוטוהן נייע גלעזער און לערנען פון יעדער נייער מענטש וואס ער טרעפט קען ער מקבל זיין פון עם א נייער קוק.

ומכאן לוויכוחים. בנוהג שבעולם אין רוב וויכוחים געשעהט איינער פון צוויי זאכן אדער איז דער וויכוח בארינג און אומאונטרעסאנט, וויבאלד ביידע צדדים פארשטיין זיך צו גוט און קענען שוין אליינס אויסרעכענען דער צווייטער'ס טענות ביז'ן סוף. (@טעגינג דו ווייסט ווער דו ביזט). דער וויכוח איז אפשר גוט אויף טאקע אויסרעכענען קלאר בדיבוק חברים אבער איז למעשה גאנץ בארינג און איז מער אין די ריעלם פון קאמפיוטערס ווי פון מענטשען. אדער מצד שני רעדן ביידע צוויי אנדערע שפראכן און פארשטיין בעצם בכלל נישט וואס דער צד שכנגד זאגט. די סארט וויכוחים קענען ווערן זייער לעבעדיג אבער זיי ברענגען לכאורה נישט קיין הבנה. די אמת'ע וועג פון מחכים זיין איז טאקע דווקא ביי די צווייטער סארט, אבער ווען ביידע צדדים קענען באשטיין לומד זיין מכל אדם און כאפן ווי צו דער זעלבער נושא קען מען טאקע צוגיין פון פארשידענע אנדערע וועלטן. איך מיין אז אין די גוטע דיאלוגען פון אפלטון אדער להבדיל אין די דיאלאגען פון תלמוד ופוסקים זעהט מען אז דאס ארבעט אזוי.


עוד רגע אדבר בענין. דא מאכט זיך אבער א פראבלעם. אויב יעדער איינער רעדט זיך זיין שפראך, וויאזוי איז בכלל מעגליך אז איך זאל אדורכמאכען די חומה און לאזן א צווייטער הערן אז איך זאג דא גאר עפעס אנדערש. וואס איך וועל נאר זאגען וועט ער אדער נישט פארשטיין בכלל אדער מפרש זיין לויט עפעס אן אלטער זאך וואס ער מיינט שוין. פאר דעם קום איך צוריק צו דער משל שהזכרתי למעלה. וווען מען זאגט מיר איך פארשטיי דיר נישט. טאקע רוב מאל ווען מפארשטייט נישט איינעם איז דא א טענה אז ער האט זיך נישט גענוג קלאר מסביר געווען. אבער קודם כל אז דו זאגסט אז דו פארשטייסט מיר נישט ווייס איך כאטש אז דו האסט מיר נישט פאלטש פארשטאנען. דער נישט וויסען וואס איך רעד מוז זיין גאר א וויכטיגער שלב ווען איך וויל איבערגעבן א חידוש. ווייל אפילו עס איז יא מוסבר ומובן, מוז בהכרח זיין א רגע וואס יענער פארשטייט נישט. נאר, כלשון הגמרא, משתומם כשעה חדא, ער כאפט דא ליגט עפעס וואס איך ווייס נישט וואס דאס איז איך מוז זיך מוטשענען פארשטיין. נאר טאמער אזא שלב געשעהט קען בכלל זיין דער שלב פון טאקע מפנים זיין און פארשטיין דער נייער מהלך.

קען זיין אז דאס מיינען די וואס זאגען אז אמונת חכמים און וויסען אז מיר פארשטיין נישט עומק דבריהם איז די הקדמה פאר חכמה. א ווארט וואס איז אין די מאדערנע תקופה אסאך באשמוצט. אבער דער אמונה קען מיינען די הנחה אז דער רבי זאגט דא עפעס וואס איך ווייס נאכנישט. דאס גיט סיי א שטופ אויף זיך מתייגע זיין טאקע מקבל זיין נייע פאראדיגמעס פון טראכטען וואס עס איז נישטא קיין אנדערע וועג מקבל זיין. און סיי מער באופן מהותי, דער מציאות פון השתוממות ופליאה אז דא ליגט א חכמה וואס איך בין נישט משיג עפענט עפעס אין דער מוח און נפש פון א מענטש ער זאל קענען טאקע מקבל זיין תורה חדשה. (אין ספרי חסידות איז מבואר אז אשתומם כשעה חדא איז דאס וואס דער מוח הייבט זיך העכער פון בינה וואס איז דער שכל צו'ם כח המשכיל און דער אין וואס איז ממציא די השכלה).

אסאך מאל וואקלען זיך חכמים צווישען די דילעמע פון שרייבען גרינג אדער שווער, קורץ אדער לאנג. מצד אחד, לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה, אז מען קען עפעס זאגען קורץ און קלאר פארוואס עס מסבך צו זיין. אבער מצד שני, אויב האט נישט דער תלמיד די ריכטיגע הקדמות, וועט ער על פי רוב נישט לערנען קיין נייע זאכען אזוי. אסאך מאל זעהט מיר אויס, און עס זעהט מיר אויס געוויסע ספרים זענען דירעקט געשריבען אזוי, אז אמת די עיקר ווארט קען מען זאגען אין א שורה. אבער אויף צו פארשטיין ריכטיג דער ווארט דארף מען צולייגען קאפ צו דעם און טראכטען א האלבער שעה. פשוט אזוי איז דער מציאות פון מענטש עס נעמט עם די צייט מתעמק זיין אין דער ענין עס צו פארשטיין. יעצט דער מחבר הספר, וויאזוי מאכט ער זיכער אז יענער וועט טראכטען דערפון א האלבער שעה? איז ער א לעבעדיגע רבי, קען ער פראבירען פשוט זאגען דער ווארט און מאכען די גאנצע צימער תלמידים שווייגען און זיך מתבונן זיין אין דעם לחצי שעה. אבער אז ער שרייבט א ספר, איז אן עצה עס שרייבען באריכות אדער קונסטליש און אומקלאר אזוי עס זאל זיך פאדערן פשוט א האלבער שעה עס דורכצוליינען, ובזה הרוויח אז מען טראכט אריין אין דעם גענוג לאנג און מען נעמט עס גענוג ערנסט מען זאל קענען פארשטיין. (אלא שצריך ליזהר שלא יחליף יגיעת הבנת כוונת מילותיו את יגיעת הבנת הענין).


השאר תגובה