דער בעש”ט האט געלערנט אז ס’איז דא גאולה פרטית און גאולה כללית, אבער דא ווערט אויפגעווארפן א שטארקע קושיא: פארוואס רעדט ער נאר פון צוויי סארטן גאולות, ווען לכאורה דארף מען אונטערטיילן אין פיר — פרטי רוחני, פרטי גשמי, כללי רוחני, און כללי גשמי? די תירוץ איז אז דער בעש”ט מיינט ביידע גאולות זענען רוחניות’דיג: די פרטית מיינט תיקון הנפש, און די כללית מיינט העלאת השכינה און גילוי אלוקות בכלל ישראל — נישט נאר אז אסאך אידן זאלן בעסער דאווענען, נאר אן אמת’דיגע רוחניות’דיגע מציאות וואו ס’וועט זיין נארמאל צו פילן דעם אייבערשטן. ווען משיח וועט קומען וועט דאס וואס היינט קלינגט משוגע ווערן די אמת’ע נארמאליות, און די אטעאיסטן וועלן זיין די משוגעים.