דער שיעור גייט דורך רמב”ם הלכות יסודי התורה פרק י׳-י״א — וויאזוי מ׳טעסט א נביא: א נביא דארף נישט מאכן קיין שינוי מנהגו של עולם ווי קריעת ים סוף, נאר ס׳איז גענוג אז ער זאגט עתידות וואס ווערן פונקטלעך מקוים, און מ׳בודק אים מערערע מאל ביז ער באקומט א חזקה. דער הויפט חילוק צווישן א נביא און א קוסם איז אז דער קוסם טרעפט נאר אמאל צו, אבער ביים נביא מוז יעדע איינציגע זאך שטימען — אפילו א קליין פרט וואס שטימט נישט מאכט אים פאר א נביא שקר. דערצו ווערט באהאנדלט דער חילוק צווישן נבואה לרעה (וואס קען בטל ווערן דורך תשובה) און נבואה לטובה (וואס מוז אלעמאל מקוים ווערן), ווי א נביא קען באשטעטיגן א צווייטן נביא אן אותות ומופתים (ווי משה מיט יהושע), און דער איסור פון „לא תנסו את ה׳” — מ׳טאר דעם נביא נישט האלטן אין איין טעסטן נאכדעם וואס ער האט שוין באוויז
📌 Related Content