אודות
תרומה / חברות

לא להביט בעליית תפילתו – ואל אמה תכלנה מלמעלה – ול״ג בעומר

דער בעש״ט לערנט אז “הרבה עשו כרשב״י ולא עלתה בידם” — נישט ווייל זיי האבן נישט געקענט, נאר ווייל זיי האבן געוואלט זיין ווי רשב״י אנשטאט טון וואס זיי קענען אליינס. ווען א מענטש זאגט א תפילה אדער טוט א מצוה, דארף ער עס שיקן ארויף און גלייך פארגעסן — ווייל די תפילה גייט העכער ווי ער קען זען, און אויב ער קוקט צוריק איז ער ווי איינער וואס קוקט אין די זון. דער חילוק צווישן אור מקיף און אור פנימי איז אז מקיף איז וואס מ׳פארשטייט נישט נאך, און דעריבער טאנצט מען — נישט ווייל מ׳פארשטייט, נאר ווייל מ׳גלייבט אז ס׳איז דא עפעס העכערס. דאס איז די גאנצע יסוד פון פארן צו א רבי אדער קיין מירון — מ׳גייט ארויס פון זיך כדי צו קומען צו א נייע נקודת השכלה, נישט כדי צו האבן א התרגשות.