הלכות יסודי התורה פרק ה

דער שיעור גייט דורך רמב”ם הלכות יסודי התורה פרק ה׳ — די הלכות פון קידוש השם און חילול השם. ערשט ווערט באהאנדלט דער סטרוקטור: פארוואס קומט קידוש השם אריין אין הלכות יסודי התורה, און וויאזוי עס קאנעקט זיך מיט אהבת השם און יראת השם פון די פריערדיגע פרקים. דערנאך ווערן דורכגעלערנט די פרטי הלכות: דער כלל פון יעבור ואל יהרג ביי שאר מצוות, דער דין פון יהרג ואל יעבור ביי די דריי חמורות (עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים), דער חילוק צווישן להנאת עצמו און להעבירו על הדת, דער דין פון בפרהסיא בעשרה מישראל, און דער באזונדערער דין פון שעת השמד. אויך ווערט באהאנדלט: דער דין פון מסירת נפש אחת מישראל (תנו לנו אחד מכם), רפואה דורך איסורי תורה ביי א חולה, חולת אהבה, און צום סוף — דער ברייטערער ענין פון קידוש השם און חילול השם דורך הנהגה, ווי אן אדם גדול בתורה דארף זיך פירן מיט בריות כדי ניש