פרק כ״ח פון הלכות שבת באהאנדלט די הלכות פון מדידת תחום שבת. מען לערנט וויאזוי מ׳רעכנט וואו ענדיגט זיך א שטאט, די דין פון ריבוע העיר, און וויאזוי מ׳מעסט ווען ס׳איז דא בערג און טאלן. אויך ווערט געקלערט די הלכות פון צירוף הייזער צו א שטאט מיט שבעים אמה ושיריים, און וועם מען קען גלייבן אויף די מדידה פון תחום שבת.