אודות
תרומה / חברות

הלכות ברכות פרק ב׳

אין דעם שיעור ווערן געלערנט די הלכות פון ברכת המזון פרק ב׳ פון רמב״ם. ס׳ווערט באהאנדלט די פיר ברכות פון בענטשן (הזן, הארץ, בונה ירושלים, הטוב והמטיב), ווער האט זיי מתקן געווען, און די נוסחאות פאר שבת, יום טוב, ראש חודש, חנוכה און פורים. אויך ווערן דורכגענומען די דינים פון פועלים וואס עסן ביים בעל הבית, ברכת בעל הבית, ברכת בית האבל, שבע ברכות ביי חתונה, און וואס טוט מען אז מ׳האט פארגעסן צו דערמאנען שבת אדער יום טוב אין בענטשן.