אין דעם שיעור לערנט מען פרק ד’ פון הלכות קריאת שמע, וואס באהאנדלט ווער איז פטור פון קריאת שמע. די הויפט קאטעגאריעס זענען: נשים, עבדים און קטנים (ווייל ס’איז א מצות עשה שהזמן גרמא), חתנים (ווייל זייער דעת איז נישט פנוי), אבלים און די וואס זענען עוסק מיט א מת (ביז נאך די קבורה), און די וואס זענען טרוד אין אנדערע מצוות. דער פרק ענדיגט זיך מיט די הלכה אז טמאים זענען חייב אין קריאת שמע, און אז תקנת עזרא פון בעל קרי איז געווארן בטל ווייל “אין דברי תורה מקבלין טומאה”.
📌 This Shiur Also On
📞 Listen by phone: call (848) 285-6807, press 6, then 80062#