דער שיעור לערנט הלכות ציצית פרק א׳ אין רמב״ם, און באהאנדלט די יסודות פון דער מצוה: וואס מיינט “ציצית”, דער חילוק צווישן לבן און תכלת, און צי ס׳איז איין מצוה אדער צוויי. ס׳ווערט אויסגעארבעט די פראקטישע הלכות פון וויאזוי מ׳מאכט ציצית – וויפיל חוטים, וויפיל כריכות און חוליות, און די דינים פון שזירה און טוויה לשמה. צום סוף ווערן געלערנט די דינים פון תעשה ולא מן העשוי, אז מ׳טאר נישט נוצן שוין-גע׳מאכטע ציצית, און די הלכות ווען ציצית רייסן זיך אפ.