רמב”ם הלכות תלמוד תורה פרק ה’ לערנט די דינים פון כבוד רבו. דער פרק באהאנדלט ווען א רבי קומט פאר’ן טאטן, די איסורים פון חולק זיין אויף רבו און מורה הוראה זיין אן רשות, און די פראקטישע הלכות פון וויאזוי מען פירט זיך מיט א רבי – אויפשטיין, נישט זאגן זיין נאמען, און אנדערע דיני כבוד. דער רמב”ם קלערט אויך אריין דעם חילוק צווישן א רבי מובהק (וואס מען האט געלערנט רוב חכמה פון אים) און אנדערע רבי’ס, און ענדיגט אז דער רבי דארף אויך מכבד זיין זיינע תלמידים ווייל זיי מאכן אים קליגער און ברענגען אים לחיי העולם הבא.
📌 This Shiur Also On