רמב״ם הלכות דעות פרק ו׳ לערנט וויאזוי א מענטש ווערט נמשך נאך זיין סביבה — זיינע חברים און אנשי מדינתו — און דערפאר דארף מען זיך מחבר זיין צו צדיקים און חכמים, און אוועקגיין פון א פלאץ וואו די מנהגים זענען שלעכט, אפילו אין מדבר אריין אויב ס׳איז נישטא קיין אנדערע ברירה. דערנאך ווערן באהאנדלט די מצוות פון ואהבת לרעך כמוך, אהבת הגר מיט צוויי מצוות עשה, לא תשנא בלבבך, הוכח תוכיח — סיי ווען יענער טוט דיר אן עוולה און סיי ווען ער גייט בדרך לא טובה — און דער איסור פון הלבנת פנים ברבים. דער פרק ענדיגט מיט די הלכות פון אלמנה ויתום, אז מען דארף זיין עקסטער סענסיטיוו צו מענטשן וואס זייער נפש איז שפלה, אפילו אויב זיי זענען בעלי ממון, און אפילו א רבי וואס מלמד זיי תורה דארף מאכן א „הפרש” און זיך פירן מיט זיי בנחת וברחמים גדולים.
📌 This Shiur Also On