אודות
תרומה / חברות

הלכות עירובין פרק ג׳

דער שיעור לערנט הלכות עירובין פרק ג׳ פון רמב״ם, וואס באהאנדלט ווען צוויי חצרות זענען סמוך איינער צו די אנדערע און די שאלה צי מען קען מאכן איין עירוב אדער מען דארף מאכן צוויי. ס׳ווערט דורכגענומען די דינים פון א חלון, כותל, סולם, זיז, און חריץ צווישן די חצרות, און ווען יעדער איינער פון די זאכן מאכט אז מען קען מאכן איין עירוב, מען מוז מאכן צוויי עירובין, אדער מען קען וואס מען וויל. אויך ווערט געלערנט די דינים פון גגות וקרפיפות וואס מען מעג טראגן דארט אן עירוב, און די הלכות פון וואס געשעט ווען א מחיצה פאלט אראפ אין מיטן שבת.