סיכום השיעור 📋
זיכרון-סיכום: הלכות ברכות פרק י״ד – תפילת הדרך (הקדמה)
כללי איבערבליק
דער שיעור איז א הקדמה צום לערנען הלכות ברכות פרק י״ד, וואס באהאנדלט תפילת הדרך. דער רמב״ם׳ס טעקסט אינעווייניג איז נאך נישט געלערנט געווארן; דער שיעור האט זיך באגרענעצט מיט מוסר-השכל און פראקטישע נקודות אלס הכנה צום לערנען.
—
הקדמה צו תפילת הדרך – גדר און מהות
דער רמב״ם׳ס שיטה (אנגעזאגט, נאך נישט אינעווייניג געלערנט): דער רמב״ם פסק׳נט וועגן תפילת הדרך, און עס איז „א שיינע סוגיא” וואס רעדט ארום דעם גדר פון תפילת הדרך – וואס פאר א סארט תפילה/ברכה דאס איז. דאס וועט באהאנדלט ווערן ווען מען גייט אריין אין טעקסט.
—
חידושים און ביאורים
חידוש: „איך בין די חיות רעות” – תפילת הדרך אלס תפילה אויף זיך אליין
אין תפילת הדרך בעט מען: „מכף כל אויב ואורב בדרך”, אדער לויט אונזער נוסח: „אויב ואורב וליסטים וחיות רעות”. דער חידוש איז ווי פאלגנד:
ווען א מענטש פארט אויפן וועג און ער פארט שנעלער ווי דער געזעץ דערלויבט (אדער אומפארזיכטיג), איז ער אליין „די חיות רעות” פון וועמען ער בעט דער אייבערשטער זאל אים ראטעווען. א מענטש איז די גרעסטע סכנה צו זיך אליין. ווען חס ושלום איינער קלאפט אראפ א מענטשן, איז ער אומגליקליך פאר זיין גאנצע לעבן – און ער אליין איז דער „אויב ואורב” אין דעם סצענאר.
דער עיקר חידוש: תפילת הדרך איז נישט נאר א בקשה אז דער אייבערשטער זאל באשיצן פון אויסערליכע סכנות (ליסטים, חיות רעות, שלעכטע מענטשן), נאר אויך א תפילה: „ראטעווע מיך פון מיר אליין” – פון מיין אייגענע אומפארזיכטיגקייט און שלעכטע געוואוינהייטן ביים פארן.
פראקטישע מסקנא – דאפלטע תועלת פון תפילת הדרך
אויב מען נעמט תפילת הדרך מער אריין אין לעבן, האט עס א דאפלטע תועלת:
1. (א) שמירה דורך ברכות – מען מאכט מער ברכות, מען בעט און דאנקט דעם אייבערשטן, און דאס ברענגט שמירה.
2. (ב) דערמאנונג פון אחריות – עס דערמאנט א מענטשן כסדר וועגן דער אחריות וואס מען האט ווען מען זיצט ביים רעדל, אז מען זאל בשום אופן נישט זיין „די חיות רעות” קעגן וועמען מען איז מתפלל.
[Digression: עס איז דערמאנט געווארן דריי עקסידענטס אין בארא פארק אויף ערב שבת פרשת בחוקותי, וואו א בחור איז ערנסט פארוואונדעט געווארן, און מען האט געבעטן מתפלל זיין פאר אים – אלס א מוסר-השכל ווי נוגע תפילת הדרך איז אין טאג-טעגליכן לעבן.]
—
*דער שיעור האט נאך נישט אנגעהויבן דעם רמב״ם אינעווייניג; דאס איז געווען די הקדמה פארן לערנען פרק י״ד.*
תמלול מלא 📝
הלכות ברכות פרק י״ד – תפילת הדרך: הקדמה ומוסר-השכל
פתיחה
רבותי, מיר לערנען הלכות ברכות פרק י״ד.
פאר מיר גייען צו די שיעור, האב איך געוואלט זאגן א וויכטיגע זאך אזוי. קודם כל, אונז האלטן אינמיטן א קאמפיין פאר די בית המדרש וואו אונז לערנען די שיעורים, בית המדרש עין למחשבה. מיר וועלן שוין צוריקקומען צו דעם.
אבער איך האב געוואלט זאגן אזוי, היינט פרייטאג, ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, איז געווען דריי עקסידענטס אין בארא פארק, און איינס פון זיי איז א בחור זייער ערנסט געשעדיגט געווארן. דער אייבערשטער זאל אים שיקן א רפואה שלימה, און מיר זאלן מתפלל זיין אויף אים.
תפילת הדרך – הקדמה און מוסר-השכל
דער רמב״ם׳ס שיטה אין תפילת הדרך
אין די פרק לערנען אונז די תפילה פון תפילת הדרך. דער רמב״ם זאגט, דער רמב״ם פסק׳נט, מיר וועלן באלד לערנען ווען מיר וועלן לערנען די שיעור אינעווייניג, ס׳איז א שיינע סוגיא וואס ער רעדט ארום תפילת הדרך, וואס די גדר דערפון.
חידוש: “איך בין די חיות רעות”
אבער מיר זאגן דארטן אזוי, מיר בעטן דער אייבערשטער זאל אונז ראטעווען “מכף כל אויב ואורב בדרך”, אדער אין אונזער נוסח זאגן מיר “אויב ואורב וליסטים וחיות רעות”.
איך האב אמאל געדרייווט, און אסאך מאל איך ווער אויך נכשל מיט דעם דרייוון שנעלער ווי די געזעץ און אזוי ווייטער, און איך האב מיר געגעבן א כאפ אז איך בין די חיות רעות פון וועם איך בין מתפלל דער אייבערשטער זאל מיך ראטעווען. א שרעקליכע זאך, איך האב עס ריעלייזט.
א מענטש איז די גרעסטע סכנה צו זיך אליין, ווייל ווען א מענטש, אויב חס ושלום איינער קלאפט איינעם אראפ, איז ער אומגליקליך פאר זיין לעבן. און ווער איז די חיות רעות דא? פון וועם דארף מען דא ווארענען? דער אייבערשטער זאל דיך ראטעווען פון דיך אליין. ס׳איז א שרעקליכע זאך.
פראקטישע מסקנא: די תועלת פון תפילת הדרך
סאו אויב מיר נעמען מער אריין תפילת הדרך אין אונזער לעבן, אויסער דעם וואס מיר וועלן מאכן פשוט מער ברכות און האבן די שמירה פון בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן, וועט עס אונז אויך א גאנצע צייט דערמאנען די פשוט׳ע זאך פון וואסערע אחריות ס׳האט ווען מ׳זיצט ביי די רעדל, און אז אונז ווילן בשום אופן נישט זיין די חיות רעות קעגן וועמען מיר זענען מתפלל.
און דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידן.
הזמנה צו די קאמפיין
צוריק צו אונזער קאמפיין, ברוך השם, מיר זענען לערנען די שיעורים יעדן טאג. זייער שיינע שיעורים, זייער א יוניק שיעור. מ׳לערנט א גאנצע פרק פון רמב״ם יעדן טאג.
דער לימוד הרמב״ם איז זייער געשמאק, מ׳קען אייביג אריינדזשאמפן אין די סוגיא. ס׳איז נישט פשוט אזוי ווי מ׳האלט אינמיטן א לאנגע פלפול. ס׳איז זייער שווער זיך צו טשעפען צו א שיעור דף היומי סיי ווען. אבער רמב״ם, וויל איך דערמאנען און מזכיר זיין לשבח דער חשוב׳ער נדבן, דער גרויסער אוהב תורה ותומכיה, וואס ער איז דער שמן הטוב וואס זאפט אריין אין זיך אלע גוטע בשמים פון אלע חכמים און חכמת התורה מיט וועמען מען לערנט צוזאמען, אזוי ווי מיר האבן געלערנט אין די פריערדיגע פרק פון די רמב״ם.
ר׳ יואל, און איך לאדן יעדן איינער וואס זאל זיין נכנס לחם ויצא בושם, אריינוואקן אין דער ריח טוב פון די אלע נהרא דאפרסמונא פון די תורה וואס ר׳ יצחק איז זוכה צו טון, און מען זאל ווערן א חלק פון דער קאמפיין, ווערן שותפים און מיט-לערנערס, און אשרי חלקכם.
זאגט דער רמב״ם,