אין דעם שיעור ווערט באהאנדלט הלכות ברכות פרק י״ד וואס רעדט וועגן תפילת הדרך. דער רמב״ם׳ס שיטה ווערט דערקלערט, און ס׳ווערט אנגערירט אן וויכטיגע מוסר השכל אז דער מענטש אליין איז אפט די גרעסטע סכנה צו זיך – די “חיות רעות” פון וועמען מען בעט דער אייבערשטער זאל ראטעווען. תפילת הדרך קען דינען ווי א דערמאנונג פון די אחריות וואס מען האט ווען מען דרייווט, און מען זאל זיך היטן נישט צו זיין א סכנה פאר אנדערע.