שיעור החדש השבוע הוקדש על ידי
ידידי הרה”ח ר’ שמואל שלעזינגער שליט”א
לזכות את הרבים
דער ערשטער סיבה פון אלעס איז לאו דווקא דאס וואס דער ערשטער מענטש וואס האט דאס געטוהן האט געטראכט – פארוואס האט ער דאס געטראכט? מוז מען אנקומען ביז פרשת בראשית.
שמן זית צינדט מען זכר צו די עלה זית וואס די יונה האט געברענגט – די יונה איז די נח פון די חיות.
דער יונה ברענגט א בריעף וואס זאגט אז מען מוז נישט בלייבן אין תיבה.
פאר מען קומט אן צו דער גאולה פרטית דארף מען זיך מחנך זיין דערצו – שפילען ווי כאילו מיר זענען שוין דארט.