עס איז א מנהג ביי אלע אידען צו רעדן יעדעס יאר וועגן דער באוואוסטער קשיא וואס איז באקאנט געמאכט געווארען דורך דער בית יוסף, הגם היינט וואס מען האט געדרוקט פילע ראשונים ווייסט מען שוין אז מען האט שוין די קשיא געפרעגט פריער, דער תוספות הרא”ש און דער מאירי, עכ”פ לקיים מנהג ישראל וויל איך מאכען וועגן דעם א שטיקל שמועס דא, קאן זיין מ’האט דאס שוין געשמועסט אמאל איך האב נישט צופיל געזוכט, עכ”פ לא נשנה אלא משום דבר שהתחדש בו. און יא, איך מיין עס איז נאך דא מחדש זיין ומדייק זיין..
דער קשיא לכאורה קוקט מען אן ווי אזא פשוט’ע קשיא עס איז א פלא אז מען זאל דארפען אנקומען צו די פארשידענע אוקימתות וויאזוי עס צו פארענטפערן, עס איז לכאורה ממש א מאטעמעטישער רעטעניש, וואס איז שייך א יום טוב אויף אכט טעג אויב איז געווען גענוג אויל אויף איין טאג קומט דאך אויס דער נס איז זיבן טעג נישט אכט. עס האט א פנים ווי דער קשיא בלייבט על פי רוב בעסער ווי דער תירוץ, וואס פאר דעם טאקע זוכט מען יעדעס יאר נייע תירוצים ווייל די פון לעצטע יאר זענען א דוחק.. איז דארף דאס א הסבר. און ווי קען זיין אז אזא פשוט’ע יסודישער זאך האט קיינער פאר די מפרשים מסביר געווען וואס דאס מיינט.
אבער טאמער טראכט מען בעסער אריין, פאנגט מען אן צו זעהן אז נישט נאר די קשיא איז בעסער ווי דער תירוץ, נאר על פי עומק הפשט הייבט זיך דער קשיא גאר נישט אן. אויף דאס מסביר זיין לאמיר צונעמען די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.
דער קשיא באציט זיך אויף די לשון הברייתא המובא בגמרא, “ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה”. דאס הייסט דער ברייתא פארציילט די מעשה, אז בשעת דער נצחון אויף די יוונים האט מען נאר געטראפן איין פך שמן וואס איז געווען גענוג נאר אויף איין טאג, און נעשה נס עס האט געברענט אכט טעג, לשנה אחרת קבעום.
די הנחה פון דער קשיא איז, אז דאס וואס מען האט קובע געווען חנוכה אכט טעג איז לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג. מערקט אבער אן אז דאס שטייט בכלל נישט אין די ברייתא. דער ברייתא פארציילט די מעשה און דערנאך ענדיגט זי צו לשנה אחרת קבעום וכו’. דער קשר פון דער מספר אכט, אז די אכט טעג פון דער נס זאל זיין די סיבה פון די אכט טעג חנוכה שטייט נישט דארט. און לעולם וואלט דאך געקענט זיין לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג, מאכט מען איין טאג יום טוב, אדער צען טעג, דאס אז דער מספר אכט איז לסיבת די אכט טעג פון דער נס שטייט בכלל נישט אין די גמרא. וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס איז חנוכה אכט טעג? קען מען אויף דעם עקסטער זוכן טעמים, און פארוואס איז פסח זיבן טעג? און פארוואס איז סוכות אכט טעג? איז דען דא עפעס פסח דווקא א נס וואס איז געווען זיבן טעג? ניין, נאר אזוי איז דער מהלך אז אמאל מאכט מען א יום טוב פון עטליכע טעג, קען דאך פונקט אזוי זיין אז חנוכה איז א יום טוב פון אכט טעג לזכר דער נס, און אפשר איז דא אויף דעם טעמים אויך, אבער עס איז נישט תלוי אז דער נס זאל האבען געווען אכט טעג (1).
יעצט נאך מער, לאמיר שוין אננעמען אז טאקע די סיבה פארוואס חנוכה איז פונקט אכט טעג און נישט זעקס אדער צען איז לזכר דעם וואס דער מנורה האט געברענט אכט טעג. הגם אז דאס שטייט נישט אין די ברייתא, איז עס דאך א גוטע סברא. דארף מען אבער צונעמען וואס דאס מיינט בכלל. וויאזוי ארבעט דאס אז מען זאגט אז די סיבה פון א געוויסער מצווה אדער יום טוב איז א געוויסער זאך וואס איז געשעהן. אז איך זאג די סיבה פון א געוויסער מנהג אדער מצווה איז א געוויסער מעשה, פארשטייט יעדער איינער אז דער ווארט סיבה איז דא אנדערש ווי ווען מנוצט דער ווארט למשל צו זאגען אז דער סיבה פארוואס מען פאלט ווען מ’טאנצט איז וועגן די כח הגראוויטי. א סיבה במובן פון גראוויטי איז פשט אז דאס איז דער גורם פון דעם דירעקט. משא”כ א סיבה ווי א טעמי המצוות והמנהגים מיינט נישט דאס איז דירעקט דער גורם, נאר אז דער מעשה איז א סימבאל און א רמז און א זכר צו דער זאך וואס עס טוהט מסמל זיין. קלארער געמאכט, דער קשר פון די מספר אכט טעג חנוכה מיט די אכט טעג פון נס איז נישט קיין קשר סיבתי, נאר א קשר סמלי, דאס סימבאליזירט דאס, נישט עס איז דירעקט א תוצאה פון דאס.
יעצט, וואלט די אכט טעג געווען א דירעקטע תוצאה, ווי כאילו יעדער נאכט וואס עס איז געווען א נס איז גורם אויף אזא מין מעכאנישער אופן אז עס זאל זיין א טאג יום טוב, וואלסטו געהאט א גוטע קשיא, פון ווי קומט דער ערשטער טאג יום טוב, עס איז דאך דעמאלטס לכאורה נישט געווען קיין נס. אבער עס איז דאך א זכר, א סימבאל. איז דארף מען טראכטן אינגאנצן אנדערש, וויאזוי איז די בעסטע וועג צו מאכען א זכר אויף א נס וואס האט גורם געווען אז דער לעכט פון איין טאג זאל ברענען אכט טעג, איז דער לאגיק פון סימבאל איז אז אויב דער נס האט גורם געווען עס זאל ברענען אכט טעג, אז דער זכר דערצו זאל זיין אכט טעג. דאס איז נישט קיין סייענס ווי מען מאכט חשבונות וועלכער טאג איז טאקע געווען דער נס, נאר אן איינדרוק וואס דער מענטש האט וואספארא פלא עס איז עס האט געברענט אכט טעג, און דער פלא איז זיך מתחבר מיט די נומער אכט נישט מיט די חשבון וויפיל טעג איז געווען טאקע א נס.
אויב איז דאס נישט גענוג מוסבר קען מען געבן א משל מעניני דיומא. ביי די לעצטיגע פראטעסטען וועגן דעם וואס דער ניו יארקער פאליציי האט געהרג’ט דער עריק גארנער, האבען פארשידענע געמאכט פעולות אין דער מספר פון עלעף, אנטקעגן די עלעף מאל וואס ער האט געשריגען “איך קען נישט אטעמען” בשעת דער פאליציי מאן האט עם דערווארגען. יעצט וועט קומען א חכם פרעגן א קשיא, ווען נאך די צענטע מאל וואלט דער פאליציי עם אפגעלאזט, וועלט ער לכאורה נישט געשטארבען, איז וואס מאכט מען א זכר צו די עלעף, מען וואלט נאר געדארפט מאכען א זכר צו איינס, ווייל נישט פון די עלף איז ער געשטארבען נאר פון איינס. פארשטייט יעדער איינער אז דאס איז א קלאץ קשיא, ווייל דאס איז א סימבאל נישט א סיענטיפישער חשבון פון וואס ער איז געשטארבן. די זעלבע מוז מען פארשטיין ביי יעדער סימבאלישער מהלך, וואס אלע טעמי המצוות זענען סימבאלישע סיבות נישט לאגישע אדער סייענטיפישע סיבות, אז ארייינקריכען אין די סארט קשיות ווייזט נאר אז מען האט נישט ארויס וויאזוי די סארט טעמים ארבעטן בכלל.
(1) א ראיה אויף דעם איז אז אין די מקורות וואס זענען דא פון פאר די גמרא ווערט נישט דערמאנט בכלל די נס פך השמן, און דאך האט מען געמאכט חנוכה אכט טעג, איז פון דעם מוכרח אז די אכט טעג פון נס איז נישט די טעם פון די אכט טעג חנוכה.