וואס איך האב צו זאגען

תוכן עניינים

געווענטליך געשעהט אזוי, איך מאך אויף קאווע שטיבל אויף מיין קאמפיאטער אדער טעלעפאון, קוק ארום אין די פארשידענע אשכולות אין די “אקטיווע אשכולות” טעב, קוק ארום אויב עפעס א קעפל כאפט מיר די אויג, ליין עס, און ווארף אריין מיינע פאר צענט אויב די נושא אינטרעסירט מיר און איך האב וואס צו זאגען. למעשה קען מען טענה’ן אז דאס איז א זייער נישט אפעקטיווער וועג פון שפילען דער שפיל, ווייל דאס באגרעניצט מיר צו די נושאים און נקודות וואס אנדערע האבען דא אריינגעלייגט. ווידער טאמער האב איך וואס צו זאגען סתם אזוי וואס זאל איך טוהן, מאכען אן אשכול וועגן דעם פאדערט שוין ארבעט געבן די גאנצע בעקגראונד און אלעס ארום אז מען זאל וויסען אויף וואס איך רעד און דאס בין איך שוין פויל. האב איך מחליט געווען בעקבות פארשידענע אנדערע דא אז איך וועל זיך מאכען אן אשכול מיוחד צו מיינע חידושים און געדאנקען דא, ווי איך וועל קענען אריינווארפען זאכען אפילו אז עס האט נישט קיין קאנטעקסט וואס א צווייטער האט געמאכט. וזה החלי.


כדרכי, אז איך האב אנגעהויבען מיט אזא הקדמה, הייב איך שוין אן צו טראכטען וועגן דער הקדמה אליינס. אסאך מאל אפילו אז איך שרייב נאר דער דאטום פון ווי איך הייב אן א בריעף מיט אזא פתיחה לכבוד ידידי רעב סאו ענד סאו, פאנגט מיר שוין אן די מוח צו טראכטען וואס איז דאס דער ענין פון דער דאטום און פארוואס שרייבט מען די דאטום אנהייב בריעף און וואס איז דאס לכבוד און מיהו זה מלך הכבוד.
יעצט, צו רעדן טאקע פון דעם אליינס, וואס איז דאס דער תכונה וואס אנשטאטס טראכטען אויף די תכלית לכאורה פון וואס דער שמועס רעדט הייבט ער אן צו טראכטען פון דער שמועס אליינס און פון דעם אליינס. אויף א מער פילאזאפישע שפראך קען מען דאס רופען טראכטען די די מעטא פון יעדער זאך. די ווארט מעטא קומט פון די גריכיש ווארט וואס מיינט פשוט נאכדעם, וויבאלד דער מסדר פון כתבי אריסטו האט זיי מסדר געווען אין א סדר פון לערנען ווי קלאסען וואס מען לערנט מן הקל אל הכבד פון די הקדמות און אזוי ארויפבויען ווייטער, האט ער געמאכט א בוך פיזיק, און דערנאך מעטא-פיזיק, וואס מען דארף צו לערנען נאכדעם וואס מען האט ארויס די פיזיקס. שפעטער איז דער מעטא-פיזיקס געווארען אזא שם כולל אויך טראכטען א לעוועל טיפער און ברייטער, אזויווי דער יחס פון פיזיקס ביז מעטאפיזיקס. בשעת וואס פיזיקס איז זיך עוסק אין די תכלית, מסביר זיי די נאטור, גייט מעטאפיזיקס א לעוול שפעטער, אדער בעצם פריער, ווי אריסטו האט דאס גערופען די ערשטע פרינציפאלען, און האט פראבירט מסביר זיין וואס איז דאס א הסבר, און וואס מאכט אז די הסברים אויף די נאטור זאלן ארבעטן. איך מאך א הפסק בין ההודעות ליתן ריווח להתבונן.


צוריק צו ווי איך האב אנגעפאנגען, לאור דעם הייבט מען אן חוקר זיין וואס איז טאקע קודם צו וואס, פון איין זייט קוקט דער וואס טוהט וואס די וועלט רופט “תכלית” אויף דער וואס טראכט און מאכט טעאריעס וועגן דער זאך וואס ער מאכט אלץ א בטלן א ליידיגער און א פאראזיט וואס מאכט נישט קיין שום אריגענעלער קאנטריביאשין צו דער שמועס נאר קומט אלץ לאחר המעשה מסביר זיין פארוואס און וויאזוי די מעשה איז געשעהן. דו חכם זאגט ער, ווען איך האב געבויט דער בנין האב איך עס נישט געבויט וועגן דיינע טעאריעס, נאר ווייל איך האב געזוכט ווי צו וואוינען, וואס העלפען מיר דיינע טעאריעס, בסך הכל זענען זיי מסביר וויאזוי מיין הויז שטייט און פאלט נישט איין, און דו רעדסט זיך נאך איין אז דיינע תורות זענען וויכטיגער ווייל ווען נישט די מעטא-חוקים פון ענדזשינירינק און מעכאניק וואלט מיין הויז איינגעפאלען, אבער פון תורות בויט זיך גארנישט נאר פון האלץ ליים און ציגל.

פון די זעלבע סארט איז די טענה איבער דער ארטיסט אדער קריטיק. שטייט דער ארטיסט און מאכט בילדער אדער שרייבט שירים און מעשיות וועגן א שיינע שטאט, ני מי נתלה במי דער פויער אין דער ארטיסט אדער דער ארטיסט אין דער פויער. ווען נישט דער פויער וואלט דאך דער ארטיסט נישט געהאט וואס צו מאלען, איז דאך דער פויער וויכטיגער. מאידך, נאר בלייבט נאר און ארטיסט בלייבט ארטיסט. דער פויער קען פארקויפען זיין הייזקע מיט די פערד און ווייב ביי די זייט פאר פופציג דאלער, און דער בילד וואס ער האט געמאלען פארקויפט זיך פאר פופציג טויזנט דאלער.


עס איז די הלכה ביי ניחום אבלים אז מען דארף לאזן דער אבל פותח זיין דער שמועס, דאס פירט אפט צו אן אומאנגענעמנע סיטואציע ווען דער אבל איז אויסגעלאפען פון מעשיות צו פארציילען פון די מאמע און וואסארא גוטע קוגל זי פלעגט מאכען און ער זוכט א היתר להלכה אז מאכען א ברכה אויף די קוגל איז אויך א פתיחה און זאל דער מנחם טרעפן עפעס א נייע פאליטיק וואס צו אנהייבען דער שמועס.

אן ענליכע ערשיינונג, טאקע נישט קיין הלכה, מאכט זיך אפט אין סאציאלע געלעגנהייטען ווי מען זוכט אן אייזברעכער זאל אנהייבען פון ערגעץ די שמועס.

דאס איז נאך א משל אז מען דארף עפעס אויף וואס א שמועס זאל חל זיין. די זעלבע אפילו פילאספער ווען זיי הייבען אן רעדן א שיעור וועגן די מהות פון ריאליטעיט פאנגען זיי אלץ אן מיט א משל. נאר וויבאלד פילאספער זענען געווענטליך אזוינע בארינג ליטוואקעס רעדן זיי געווענטליך וועגן דער טיש אדער בענקל ביי וואס זיי זיצען. אדער אפשר טאקע וויבאלד זיי זענען פילאסאפער און ווען זיי זעצען זיך אוועק ביי א טיש נעמט ער זיך יעדעס מאל מעיין זיין אויב דער טיש עקזעסטירט טאקע אדער אפשר האט עם עפעס א סייענטיסט שוין צוגעכאפט זיין בענקל.

ביי די חסידישע רביס איז געווען איינגעפירט (ביז אזוינע ווי ר מרדכי דוד אונגאר ליידער ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם אנגעהייבן זאגען סתם שיעורים) אז עס איז נישטא אזא זאך מען שטעלט זיך זאגען א דרשה, ווי כאילו סתם אין די וועלט אריין א טעאריע. נאר מען וואשט זיך צו א סעודה, וואשט אויס די מויל מיט בראנפען, און ארום דעם האט מען פון וואו צו רעדן.


אמת’ן אריין אבער, און דא קום איך שוין צו צו פארענדיגען די פוינט וואס איך האב געוואלט מאכען פון אנהייב, איז דער וואס איז קאנשיס פון די אלע התחלות און פתיחת הארון’ס און פרעימס פון ווי מען הייבט עפעס אן, אסאך מער פאן און אסאך מער קריעיטיוו פון דער וואס מאכט זיכער אלץ אז דער שמועס פארט אויף ראציאנאלע רעלסן כאילו צו’ם תכלית, אראפ צו ביזנעס (פארוואס גייט מען אלעמאל דאון צי ביזנעס, זעהט אויס דאס איז א ירידה, ארויפציען א שמועס איז צו רעדן פון וועטער, עס אראפציען איז צו רעדן תכלית). איך וועל דאס ווייזען אין פארשידענע משלים.

יעדער איינער פון אונז האט הנאה פון א קינסטליש געשריבען שטיקל פאעזיע אדער סתם גוטע שרייבעריי. די גאנצע חילוק פון א געשמאקע ליטעראטרע ווערק ביז א בארינג סייענטיפישע ארטיקל, איז אז דער ארטיסט איז קאנשיס פון די מעטא קאנטעקסט. ביידע קענען זאגען פונקט די זעלבע תוכן. אבער בשעת דער חצי-אוטיסטיש חצי-אפסערגער סייענטיסט איז נאר פארנומען אז די תכלית זאל שטומען, און וואס גייט עם אן אז די כלי די שפראך וואס ער שרייבט אין זאל זיין שיין, מצדו זאל מען אלץ שרייבען אין אן אויסגעטראכטער פארמאלער שפראך אבי אלץ שטימט פונקטליך. פארשטייט אבער דער ארטיסט שרייבער אז די ווערטער זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די תוכן. טאקע מהאי טעמא ווייל אן שפראך הייבט זיך אוודאי נישט אן קיין שום שמועס. און קונסטליך נוצען שפראך איז טאקע ווען מען איז מקשר די ווערטער און די מעסעדזש זייערע.

דאס איז אויך די חילוק פונעם ארטיסט ביזען פויער. דער פויער באמערקט בכלל נישט ווי שיין זיין האלב איינגעזונקענע הייזקע און האלב בארוועזע פרוי זענען קעגן די ביימער און די זון נאכמיטאג. ביי עם זענען זיי ביידע פשוט א היכי תימצי צו שלאפען. דער ארטיסט באמערקט אבער דער מעטא- קאנטעקסט, וואס איז הערליך נעים לעין אז מען באטראכט דאס, און אז ער מאכט א גוטע בילד גיט ער אריבער אין דעם די קאנטעקסט אפילו אן די טירחא פון די פארשינקענע הייזקע מיט די פערד, פארקויפט זיך עס טאקע פאר זיין פארדינטע ווערט וואס דער פויער האט נישט קיין שכל הנאה האבען דערפון.


דאס איז אזא תכונה וואס ברענגט אויך צו אסאך קריטיק. אנדערע, דהיינו מענטשען וואס זענען סטאק לעבנדיג אין די סארט קאנטעקסט וואס אנדערע האבען געמאכט פאר זיי, ווערן זייער נערוועז ווען דער אויבער חכם שבחבורה פרעגט אויף יעדער זאך מהיכי תיתי, וואס דארף ער זיך דינגען אויף יעדער זאך. אפטמאל קומט דאס אויך צו מאראלישע כעס, דער מחוצף ער וואגט זיך צו דינגען אויף וואס ביי אונז איז שוין לאנג ידוע איז טוב אדער רע.

דער עיקר חילוק אבער פון די תמימים און דער קריטיקירער, איז אז ביי דער קריטיק איז אסאך ברייטער די נושא ארום וואס ער איז גרייט צו שמועסען אדער טראכטען. בשעת וואס די ‘נארמאלע’ מענטשען קענען אלץ שמועסען זייער שיין אין א געוויסער שפראך אדער קאנטעקסט פון הנחות וואס זיי רירען נישט צו, קומט דער קריטיק און איז קאנשיס פון די שפראך אליינס, ווער זאגט דען אז מען דארף רעדן די שפראך, מען קען דאך רעדן אנדערש אויך.

דאס איז די עומק הסיבה פארוואס די עיקר וויכוחים למשל וואס קאווע שטיבל שלאגט מען זיך קעגן געוויסע נושאים, אדער רוב פאליטישע און רעליגיעזע שמועסען, קומט קיינמאל גארנישט ארויס. וויבאלד א שמועס צווישען צוויי מענטשען דארף קודם זיין אז זיי זאלן רעדן איין שפראך. אסאך מאל מיינען די צדדים זיי רעדן א שפראך אבער למעשה רעדן זיי אנדערש. על פי רוב באזעצן זיך די זאכען ביי מענטשען אין א פלאץ וואס איז דער מעטא-פונדאמענט און נישט דער עצם שמועס. ער שמועס מיט דיר זיין פאליטיק נישט אלץ שמועס וואס עפענט טאקע די שאלות פון די פאליטיק, נאר דער פאליטיק דאס איז דער שפראך, יעצט בלייבט נאר אדער דיר צו משכנע זיין אדער מוחה זיין. ווען מ’זאל כאפן די נקודה פארמיידט מען אסאך עגמת נפש און איבעריגע דעבאטעס וואס ברענגען צו גארנישט.