זוכן דעם אמת מיט ספיקות: הדרכה פאר דעם מבקש

תוכן עניינים

געדרוקט אין דער וועקער 9 – זומער תשע”ז

א – דער ספקן און זיין אנגסט

וואוינענדיג אויפ’ן עולם הזה, און אין דעם ווינקל פון עולם הזה וואס מיר טרעפן זיך, האב איך מיר געטראפן נישט איינמאל און נישט איין טאג מיט דער ערשיינונג וואס פאררופט זיך ספיקות אין אמונה. איך האב נישט ליב דעם נאמען און מיר וועלן רעדן דערפון אביסל מער, אבער איך רוף עס אזוי ווייל אזוי הייסט עס בדרך כלל. שוין א שטיק צייט וואס איך דריי מיך אין דעם געגנט, און איך זע פארשידענע יונגעלייט, וואס עס דרייען זיך ביי זיי קשיות אדער ספיקות אדער מבוכות אין עניני אמונה. איך ווייס נישט קיין סטאטיסטיקס ווי מצוי דאס איז אדער נישט, אבער איך שטעל מיך פאר אז ביי בעלי כשרון, אדער בכלל דער וואס האט די מוט נישט צו זיין נאר ‘אין דעם באקס’, איז דאס א זאך וואס איז מער נפוץ, און לענ”ד פעלט נאך א מער יסודות’דיגע אפהאנדלונג איבער דער נושא.

איך וויל נישט דא שרייבן פון די עצם שאלות, רעדן תירוצים אדער מהלכים אדער סיי וואס. אויף דעם איז דא אן אנדערע פלאץ און אסאך האט מען שוין גערעדט ארום ספעציפישע נושאים למשל אין דער “העמק דבר” אפטיילונג אויף “קאווע שטיבל”, אד”ג. דער וואס זוכט וועט שוין טרעפן אן א שיעור ספרים און שמועסן און פארומס דורכצוטון די אלע נושאים בעיון. איך ווייס אויך אליין נישט די תירוצים אויף אלע קשיות, און עס זענען אוודאי דא זייער אסאך מהלכים און פרטים, און נישט אלס איז גענוג שווה לכל נפש אז מען זאל קענען זאגן אז דווקא דאס איז דער מהלך.

לאמיר אויך פראבירן נישט צו פארכאפט ווערן אין דעם ענדלאזן וויכוח צווישן ‘לינקס’ און ‘רעכטס’, דער שפיל וואס מיר אלע קענען שוין אויסענווייניג. דער שרייט, “דו ביסט א טיפש, דו גלייבסט ווי א נאר,” און דער שרייט, “דו ביסט אן אפיקורס, דו ביסט מזלזל אין דער הייליגער מסורה.” שרייט דער צווייטער, יא אבער דער און דער ספר שרייבט אזוי – און אזוי ווייטער עד אין סוף. אויף דעם איז אויך יעדער איינער געלאדענט צו ליינען וואספארא פארום איז אים אינטערעסאנט, און זען ווי דער גלגל דרייט זיך ווייטער.

לאמיר אבער אפלאזן די אלע וויכוחים און רעדן אויף תכלית. עס עקזיסטירט אזא מציאות. און מען רעדט נישט דא פון “יענע חברה”, עפעס מיטאלאגישע שקצים משכילים פון א מעשה-ביכל. איך רעד דא פון מיר און דיר, מיינע און דיינע חברים פון בית מדרש און פון מקווה, היימישע יונגעלייט, חסידישע ליטווישע אלע סארטן, וואס זיי טרעפן זיך אין דעם מציאות פון זיך מוטשען אויף פראגעס וואס זענען נוגע אין יסודות אמונה. צו שרייען אז דאס איז א מצווה אדער אן עבירה וועט קיינעם נישט העלפן דא, און די זעלבע צו שרייען אז דער אדער יענער תירוץ אדער שיטה איז די זאך איז נישט מן הענין. וואס איך וויל איז פראבירן איבערגעבן א געוויסע הבנה אין דעם עצם ענין, און א געוויסער מסגרת וויאזוי זיך אומצוגיין און טראכטן איבער דער נושא.

נישט ווייל איך האב עפעס א מהלך און איך ווייס וויאזוי צו לעבן אויף דער וועלט, נאר ווייל בתוך עצמי ובתוך עמי אנכי יושב, איך דריי זיך אסאך ארום דער נושא, און איך האב א פאר אבזערוואציעס מיטצוטיילן, און עטליכע נקודות וואס קענען אנגערופן ווערן עצות מועילות וויאזוי צוצוגיין צו דעם ענין און פארמיידן פארשידענע טעותים וואס מאנכע מאכן אין דעם דורכגאנג.

ב – יסודות האמונה זענען אויך יסודות הנפש

די שאלות אין די נושאים וואס פאררופן זיך אמונה אדער יסודות הדת, זענען וויכטיג נישט דווקא וועגן די לאגישע נקודה אז דאס זענען די הנחות וואס וואס אלע אנדערע ענפים פון דער רעליגיע בויען זיך (ווי די ראשונים זענען מסביר דעם גדר פון עקרים אז דאס הייסט די הנחות קודמות וואס טאמער זענען זיי נישט ריכטיג פאלט די גאנצע רעליגיע אוועק, וויבאלד זיי זענען די הנחות וואס די דאגמע פון דער רעליגיע שטייט אויף זיי), נאר אויך, ובעיקר לענינינו, וויבאלד, פאר א איד וואס לעבט און איז אויפגעוואקסן אין דעם לעבן פון אידישקייט, איז דאס נוגע אין די מערסט-איידלסטע אדער יסודות’דיגסטע הנחות וואס ליגן אונטער דעם גאנצן בנין פון זיין נפש, פון דאס וואס שטייט אונטער דעם הלוך-ילך פון זיין לעבן, וואס ארום דעם בויט זיך זיין נפש, זיין גייסטישע באזעסנקייט, און דער גאנצער געזעלשאפטליכער סדר אין וועלכן ער לעבט. פאר דער סיבה, ווען מען רעדט פון באקומען ספיקות אין אמונה, פון אנהייבן חוקר זיין אין אמונה, דארף מען קודם וויסן מיט וואס דאס איז פארבינדן.

משל למה הדבר דומה (און אפשר איז דאס נישט נאר א משל): דער פילאסאף דעקארט לייגט אראפ אין דעם אנפאנג פון זיין ספר “מעדיטאציעס אויף דער ערשטער פילאסאפיע”, ווי א מענטש זעצט זיך אוועק, און טרעפט זיך די צייט דורכצוגיין די אלע הנחות וואס ער גלייבט זיין גאנץ לעבן, און פראבירט צו מברר זיין קלאר וואס פון די זאכן ער איז זיכער אז זיי זענען אמת און ער קען זיי אויפוייזן, און וועלכע זענען שקר, אדער נישט מוכרח. ווי דעקארט שרייבט דארט, איז אזא ארבעט נישט קיין זאך וואס קומט אן לייכט. ער דערציילט אז שוין אסאך צייט טראכט ער פון דעם, און ערשט יעצט האט ער געטראפן די צייט און מנוחת הנפש זיך מקדיש צו זיין צו דעם.

אין אנדערע ווערטער, ווי פשוט און קלאר עס זאלן נאר זיין די לאגישע ראיות און מסקנות וועלכע ליגן ביסוד אין דעם מהלך פון דעקארט – וואס יעדער חדר-אינגל קען פארשטיין אז ווען א שכל’דיגער מענטש גלייבט עפעס מוז ער וויסן מנא הני מילי, מהיכי תיתי, פארוואס, אפשר פארקערט – איז דאס אז דאס איז א פשוט’ער לאגישער מהלך, מאכט עס נישט פאר קיין פשוט’ער נפשות’דיגער מהלך. נאר אדרבה, ווי מער פשוט און יסודות’דיג מען פראבירט חוקר זיין און מבסס זיין, אלס שווערער איז דאס בנפש, און אלס א טיפערער מנוחת הנפש און יישוב הדעת און הדרכה דארף א מענטש ווען ער נעמט אונטער אזא חקירה. דאס איז וויבאלד דעם מענטשנ’ס נפש וואס בויט ממש זיין גייסטישע געזונטהייט און סטאביליטעט, ווערט אויך געבויט אויף די זעלבע הנחות און יסודות וואס דער פילאסאף גייט צו זיי בדרך שכלי. און אז א מענטש הייבט אן צו פרעגן מהיכי תיתי אויף יעדער זאך וואס ארום זיי בויט זיך דער גאנצער וועג וויאזוי ער לעבט אין דער וועלט, רירט דאס אן אין די זאכן וואס האלטן זיין מוח סטאביל.

ווען דעקארט זאגט אז א מענטש דארף זיך פרעגן פון וואנעט ער ווייסט דאס וואס ער ווייסט, הייסט ער פרעגן ‘פון וואנעט ווייס איך אז וואס מיין מוח און מיינע חושים זאגען מיר זענען אמת.’ דאס איז א זייער פשוט’ע שאלה טעארעטיש, אבער ווען א מענטש פרעגט דאס אין זיין נפש, און עס רירט אים אמת’דיג אן די שאלה, איז דא אן ערנסטן חשש אז ער וועט פשוט משוגע ווערן. ווארום די נארמאלקייט פון יעדן מענטש הייבט זיך אן פון דעם אז ער טראסט זיין שכל הישר, זיינע חושים, און זיינע פארשידענע אנדערע הנחות וואס ערלויבן אים צו לעבן אין דער וועלט מיט א נארמאלקייט. און ווען א מענטש ווערט באמת מפוקפק, ‘ווער זאגט אז וואס איך זע זע איך טאקע, און ווער זאגט אז וואס איך טראכט טראכט איך,’ איז ער אין א סכנה פשוט משוגע צו ווערן, און צו פארלירן דעם באלאנץ פון זיין געזונטן נפש.

על אחת כמה וכמה, ווען א מענטש וויל אנרירן זיינע אמונות און יסודות’דיגע הנחות, נישט נאר וואס איז נוגע פילאסאפיש און טעארעטיש – צום ביישפיל, וויאזוי ער ווייסט אז איינס און איינס איז צוויי – נאר אז ער וויל מברר זיין זיינע סאמע וויכטיגסטע אמונות און הנחות וואס זענען נוגע צו די יסודות וואס רירן צו די טיפענישן פון זיין נשמה. מיט “נשמה” מיין איך נישט עפעס א פילאסאפישע הנחה אז עס איז דא א נשמה, נאר פשוט דער מציאות אז ווען א מענטש לעבט אין א געוויסער רעליגיעזער אמונה האט דאס א טבע אז דאס באזעצט זיך אין די טיפסטע פלעצער פון זיין נפש, נאך אסאך טיפער וואו כמעט יעדע אנדערע הנחה קען זיך בכלל באזעצן, און עס איז נוגע אין דעם פלאץ וואס ער גלייבט און לעבט אלס נצחיות, אלס גאט, אלס העכער און ווייטער און טיפער פון וואס די גאנצע וועלט האט צו פארקויפן. צו זיין מסוגל מברר זיין אמונות און הנחות וועלכע באלאנגען אין דעם פלאץ פאדערט זיך דאס מערסטע און טיפסטע יישוב הדעת און מנוחת הנפש.

מן הנסיון, איז זייער מצוי אז מענטשן מאכען דעם טעות פון צעמישן א לאגיש-פשוט’ע זאך מיט א נפש-פשוט’ע זאך. אלס א פשוט’ע פסיכאלאגישע עצה, איז נישט כדאי חוקר צו זיין אין עניני אמונה ווען א מענטש האט נישט די “מוחין דגדלות”, אז ער קען נישט צוגיין צו דעם מיט דער ריכטיגער קלארקייט און מנוחת הנפש. אפילו אז די קשיות זענען טאקע גוט, און די נושאים טאקע וויכטיג און א מצווה דורכצוטון, דארף א מענטש וויסן אפצושאצן זיין יכולת, און ער דארף וויסן מראש די סכנות נפשיות וואס עס זענען דא אין צענעמען די יסודות פון זיין מציאות. דער מציאות וואס די גמרא רעדט “הציץ ונפגע” ווערט כסדר מקויים ביי אזעלכע וואס האבן נישט די כוחות הנפש זיך צו האלטן דורכאויס אזא מהלך, און עס צעפאלט ביי זיי דער גאנצער גלייכגעוויכט פון זייער נפש. ווייל דאס איז טאקע אן איידעלע זאך און פאדערט באמת דער ריכטיגער יישוב הדעת.

ווי עס איז דער לשון פון חזון איש אין דער ערשטער שורה פון “אמונה ובטחון”, “אם האדם הוא בעל נפש, ושעתו שעת השקט…” דעמאלט הייבט זיך אן די שאלה פון אמונה. אז א מענטש האט נישט דעם כוח הנפש, און האט נישט דעם שעת השקט, איז די עצה היעוצה מכל הסיבות הכי גשמיות ביז הכי רוחניות אפצולייגן די חקירה אויף א שעת הכושר.

וועט מען פרעגן, וואס הייסט? עס ברענט דאך מברר צו זיין; ווי קען מען ממשיך זיין צו גלייבן עפעס וואס איז אפשר שקר? איז דער תירוץ אז אין הכי נמי, אבער א מענטש איז א מוגבל. פונקט ווי מען קען נישט באשולדיגן יעדן וואס ווערט נישט א פילאסאף און פרעגט מהיכי תיתי אז איינס מיט איינס איז צוויי, אדער מהיכי תיתי אז איינשטיין איז גערעכט, פשוט ווייל דאס נעמט צייט כשרון און כוחות הנפש, אזוי איז נישט יעדער איינער אין יעדער צייט מסוגל חוקר זיין אין די אמונה. אז אין דעם גלגול האט א מענטש נישט די מעגליכקייט דערצו, טא, וואס קען ער דען טון? עס איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו וויסן אלעס. אפילו דעקארט זאגט אז נאר איינמאל אין לעבן קען א מענטש אויספירן די חקירה פון אנפאנג.

ג – עשה לך רב

יעצט אז איך האב אייך אזוי אנגעשראקן אז מען גייט משוגע ווערן נאר פון טראכטן וועגן יסודות האמונה, לאמיר אביסל בארואיגן. אדער בעסער, ארויסברענגען עטליכע נקודות און עצות וויאזוי מען זאל דאס טון אן אראפגיין פון זינען.

טאמער איז דער פראבלעם אז די אמונה ליגט אין דעם יסוד פון דעם נפש, און אין דעם יסוד פון אלעם וואס מאכט ביי א מענטשן זיין אידענטיטעט און פלאץ אויף דער וועלט, דארף מען טרעפן א וועג מעיין צו זיין אויף אן אופן פון בנין און נישט אויף אן אופן פון חורבן. איך וועל פראבירן מתאר זיין דעם וועג פון טראכטן ווי אנצוקוקן די חקירה אין די סאמע יסודות גופא, אויף אן אופן וואס איז נישט מערער דעם גאנצן בנין פון דעם מענטש, נאר אדרבה, עס גראבט אונטער וואס עס זעט אויס צו זיין דער וואנט פון דעם בנין הנפש והאמונה כדי צו מגלה זיין דעם קוואל פון וואנעט דאס אלעס נעמט זיך מלכתחילה.

מען מוז מקדים זיין אז דאס איז נישט דווקא די גרינגסטע זאך צו פארשטיין. דאס זענען איידעלע נקודות וואס זענען אפשר סודות התורה על האמת, און עס פאדערט זיך פאר דעם אליין א בעל נפש ושעת השקט. די איינציגסטע למעשה’דיגע עצה וואס מען קען זאגן איז דער אלטער כלל פון “עשה לך רב וקנה לך חבר.” עס זענען דא אין דעם פרטים אויסצושמועסן, אבער עכ”פ איז עס אין לתאר דער חילוק פון איינעם וואס גייט דורך דעם פרדס מיט דער באגלייטונג פון א רבי, חברים, וואס שטייען מיט אים (און אפשר זענען שוין אדורך ענליכס אליין), צו דער וואס גייט דורך די זאך אליין.

עס איז פארשטייט זיך נישט מעגליך ממליץ צו זיין אויף דעם און יענער אז ער זאל זיין דער רבי, יעדער האט זיין נפש, און עס מוז אויך נישט זיין עפעס א “ברענד נעים” רבי. ער קען הייסן סתם א חבר אדער ספר אדער סיי וואס. אבער אויב עס איז דא איין זאך וואס איז ממש פיקוח נפש פאר איינעם וואס גייט דאס דורך איז ער זאל האבן א רבי. דער רבי מוז נישט דווקא זיין ממש ווי מען שטעלט זיך פאר א רבי, עס קען אפשר זיין א פסיכאלאג אדער ענליך, אדער אפילו א ציור אין קאפ וואס א מענטש האט פון ספרים וסיפורים ווי איינער איז א “ראול מאדעל” ווי מען גייט דורך אזעלכע זאכן, אדער א גוטער חבר וואס זיי זענען זיך געטריי און אפן איינער מיט’ן צווייטן.

מאידך, איז הרבה חברים עושים, און חברים וואס נעמען נישט ערנסט די נושא, ובפרט אויב פארשטיין זיי נישט וואס דאס מיינט פאר דעם נפש פון א מענטש דורכצוגיין די סוגיא און זיין נכנס בשלום ויצא בשלום, קענען טון אן א שיעור שאדן פאר א מענטש. און דאס מוז באצייכנט ווערן מן הנסיון, וויבאלד אין דעם תחום געשעט נישט איינמאל אז מענטשן טרעפן זיך מיט חברים וואס שאדן זיי בנפש וברוח. אמאל איז א יונגערמאן אין א צומישטן מצב פון ספיקות דער מערסטער האקל און סענסיטיוו וואס שייך, און עס פעלן קיינמאל נישט אזעלכע וואס ווייסן וויאזוי דאס אויסצונוצן, נעמען אדווענטעדזש, פון איינעם אין א שוואכן מצב. עס איז שווער צו זאגן פראקטישע עצות אדער סימנים וואס צו טון, אבער עס איז וויכטיג אז מען זאל זיך וועלן די חברים גאר ערנסט בפרט אין אזא נושא.

ד – אמונה און חקירה קומען פונעם יסוד בנפש וואס זוכט נאכ’ן אמת

לאמיר אנהייבן פון דאס וואס איז די שווערסטע מסביר צו זיין, און פון דעם וועלן מיר אויך פארשטיין מער פשוט’ע פרטים המסתעפים מזה. דער גרעסטער טעות וואס מענטשן מאכן ווען עס פאנגט זיי אן אויפקומען ספיקות אין אמונה איז צו מיינען אז די ספיקות, אדער עכ”פ דער צד אז נישט, האקט זיי אפ פון דער אמונה, פון זייער חינוך, פון גאט, און פון אלעס וואס מען קען כולל זיין אונטער’ן שם הכולל “אמונה”. דער טעות ווערט מחוזק ווען מען ליינט אין ספרים און מען ווייסט ווי זיי זענען מזהיר מען זאל נישט ח”ו מעלה זיין על הדעת אפילו א מינוט אז נישט ח”ו, און זענען מאריך אין דעם גנות און סכנה פון ספיקות, און אז מען דארף נאר האבן אמונה פשוטה כסדר א גאנץ לעבן אן קיין רגע הפסק. ממילא, טראכט א מענטש, אז דאס עצם האבן א ספק מאכט אים דאך שוין דריי-פערטל אפגעהאקט, ער שטעלט זיך פאר אז אלע אידן און צדיקים האבן דאך קיינמאל נישט געהאט אפילו א נדנוד ספק, איז אז ער האט ליידער יא א ספק איז ער דאך שוין מסתמא א האלבער גוי. און ווער רעדט נאך אז ער האט מער ווי א הרהור ספק.

דאס איז אבער א גרויסער טעות, נישט ווייל מען דארף זיך מחזק זיין און רעדן פאזיטיוו, נאר ווייל די עצם הנחה איז א טעות. דאס האבן א ספק איז בכלל נישט קיין מפקיע, אדרבה. קודם כל, עס איז דאך א מצווה לויט אסאך דעות חוקר זיין אין דער אמונה. און חוקר זיין הייסט דאך אז מען פרעגט די פשוט’סטע און מערסט יסודות’דיגע שאלות. עס קען גאר נישט זיין אז דאס זאל זיין דער היפך פון אמונה. (אנדערע גדולי ישראל זענען אפשר חולק אויף חקירה מטעם זה, אבער עס קען נישט זיין אז דאס וואס איז ביי דעם א מצווה און גדר האמונה איז ביי דעם כפירה. נאר דאס מסביר זיין פאדערט אן אריכות בפרטי הסוגיא שאכ”מ, איך וויל נאר רעדן פון דעם רעאליטעט.) און נאך טיפער, די מצווה פון חקירה איז לכאורה זיך סותר מיניה וביה, טאמער בין איך זיך חוקר אויב עס איז דא א גאט און צי די תורה איז אמת, וויאזוי איז דען שייך אז דער זעלבער גאט און די זעלבע תורה זאל מיך מחייב זיין דאס חוקר זיין – איך ווייס דאך נאכנישט אויב זיי זענען אמת?

נאר דא ליגט דער סוד, און דער וואס גייט אריין אין א חקירה אלהית מיט אן אמת, מיט דעם ריכטיגן נפש און אין שעת השקט, שפירט דאס. די זאך וואס דרינגט א מענטש צו דערגיין דעם אמת, וואס לאזט אים נישט שלאפן ביז ער וועט דערגיין וואס איז יא און וואס איז נישט, און נאך מער, דייקא ווען עס איז נוגע אין די סאמע יסודות, וואס איז גאט, ווער איז גאט, וואס איז תורה, ווי איז תורה, דער דראנג שטייט טאקע העכער און נאך פאר דער תורה. ווי די תורה שטייט אין ווערטער (“אותיות”, אויף די חסידישע שפראך), ווייל די ווערטער פון דער תורה, און אפילו די ווערטער פון אמונה, און פון מציאות ה’, שטייען נאר אין דעם חלק הנפש וואס נעמט “ווערטער”, אבער דער שורש וואס רופט א מענטש צו דער שאלה פון אמונה אדער חקירה, דאס איז נאך פאר די אלע ווערטער, פאר די ווערטער וואס זאגען “אני מאמין שיש וכו'” איז דא דער עצם נפש וואס אויף אים קלעבן די אלע ווערטער. און דער עצם הנפש דארט שטייט די מצווה פון חקירה, בעצם טבעו שטייט די מצוה, דאס איז טאקע אויך א מצווה אין ווערטער אין דער תורה, אבער דער מכוון זיינע איז טאקע נאך פאר די ווערטער פון דער תורה.

אויב “אנכי ה’ אלקיך” שטייט אין דעם ערשטן אות פון דער התגלות התורה, דאן “דע את אלקי אביך” שטייט נאך פאר דעם, עס שטייט איינגעקריצט אין דעם עצם מהות הנפש. און לא די אז דע את אלקי אביך איז נישט סותר דעם אנכי ה’ אלקיך אשר הוצאתיך, נאר עס איז דאס וואס גיט דעם גאנצן כוח און דעם גאנצן חיות פון דעם אנכי ה’ אלקיך. אזויווי עס איז פשוט אז די תורה איז נאר אינטערעסאנט וויבאלד עס איז אמת, שטייט דאך דער אמת פאר דער תורה. אלזא, שטייט דער חוקר און וויל מאחד זיין דעם אמת שקדמה לתורה שנמצא בנפשו, מיט דער תורה הגלויה ווי עס שטייט פאר אים, און ווי עס איז מקובל מהר סיני.

מער פשוט אראפגעלייגט, דאס דער תירוץ אויף דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם, אז חוקר זיין יסודות אמונה קען מערער זיין מיט זיך די יסודות הנפש, דהיינו די יסודות פון זיכערקייט אויף וואס א מענטש איז זיך סומך זיין רואיגקייט און נארמאלקייט אין זיין לעבן. א מענטש דארף פארשטיין אז נישט די זיכערקייט פון אמונה בויט זיין נפש, זיין אמונה, און זיין יהדות, נאר פארקערט, זיין נפש און אמונה בויען זיך פון דעם זוך נאכ’ן אמת, חיפוש האמת הנמצא בנפשו, וואס ברענגט אים צו אמונה, און גיט דעם משמעות פאר דער אמונה. דאס הייסט אז די אמונה איז דער רעזולטאט פון דעם אמת’ן און העכערן ציל: זוכן דעם אמת. אויב דער מענטש פארשטייט דאס, גייט ער נישט צו צו חקירה ווי כאילו די גאנצע זאך איז א בדיעבד, ווייל נעבעך ער האט ספיקות, נאר אדרבה, די חקירה שפראצט ארויס פון דעם זעלבע פלאץ פון וואנעט די אמונה זיינע שפראצט ארויס, וואס דער חיות פון אמונה האט דאך נאר א משמעות ביי א מענטש לכתחילה וויבאלד ער האט אין זיך א ביקוש נאך געטליכקייט, נאך אמת (חותמו של הקב”ה אמת).

און די אויפטו פון דער פעולת החקירה וועט זיין אין דעם, וואס דאס איז ווי מעלה זיין אמונה פון דער חיצוניות’דיגער דרגה וואס איז אין די ווערטער דערפון, אז עס זאל נישט זיין א זאך וואס ער “זאגט” בלויז – דאס הייסט נישט נאר אין דער חלק הנפש וואס זאגט בכלל, נאר עס ווערט א זאך וואס “ער ווייסט” (ווי דער סיפור הידוע אויפ’ן בארדיטשובער רב אז ער האט געזאגט, “די דינסט ווייסט אז עס איז דא א גאט, אבער איך ווייס”), דהיינו עס איז פארבינדן מיט זיין עצמיות הנפש, וויבאלד אז “ער” (דער עצם הנפש) האט חוקר געווען, און “ער” ווייסט יעצט וואס ער גלייבט.

ה – פארשטיין דעם שורש און דעם טפל

עומד צו זיין אויף דעם יסוד, און אז דאס זאל זיין ממש א רגילות בנפש, מתיישב על הלב, און מען זאל קענען לעבן מיט דעם, איז אבער נישט קיין פשוט’ע זאך. וויל איך נאר מצייר זיין עטליכע פירות הנושרים פון דער הבנה, וואס אזוי קענען מיר האבן א בעסערן בילד וויאזוי דאס זעט אויס, און אזוי אויך וועט מען אגב פארשטיין נאך עצות און ווערטער וויאזוי צו זען די זאך.

קודם כל, טאמער פארשטייט מען מעמיד זיין דעם יסוד און דעם עיקר אויף דעם העכערן מער-מופשט’דיגן מקום בנפש, ( וואס איז אויך  דער שורש פונעם זוך נאכ’ן אמת), און וואס מען קען רופן חלק אלוק ממעל ממש, פארשטייט מען אויך ממילא אז אלעס אנדערש איז נאר א טפל לגבי דעם עיקר ושורש, און אז אלעס אנדערש וואס איז וויכטיג איז טאקע נאר וויכטיג אויף וויפיל עס איז מקושר מיט דעם פלאץ. מיט דער הבנה אליין פאלן אוועק אסאך לכאורה וויכטיגע שאלות און חקירות. דהיינו, נישט אז זיי ווערן ווייניגער וויכטיג מצד עצמם, זיי זענען נאך אלץ זייער וויכטיג צו פארשטיין די תורה און עיקרי האמונה, אבער זיי פארלירן די דרונגנדע וויכטיגקייט און טירדה וואס זיי האבן געטראגן מיט זיך בשעת דער מענטש האט געמיינט אז דאס איז דער יסוד פון זיין נפש. עס קען יעצט גאר זיין, ווי א תלמיד פון א גדול בישראל זצ”ל האט מיר אמאל מתאר געווען, אז ער האט געקענט דן זיין אין סוגיית מציאות הא-ל אזויווי אין סוגיית אלו מציאות. דאס הייסט, וויבאלד ער האט געוואוסט אז זיין לעבן און זיין נשמה הענגט נישט אויף דעם מציאות הא-ל מצד די ווערטער דערפון, נאר אין עפעס טיפער פון דעם (דהיינו, דער עצם אלהות און דער עצם הנפש, וואס פון דארט קומען אויך זיינע אלע זוכענישען נאכ’ן אמת), ממילא האט ער געקענט דן זיין אין אט דער פשוט’ער שאלה מיט דער זעלבער גלייכגילטיקייט און אן קיין עמאציאנעלע צעמישעניש אזויווי ער לערנט א סוגיא גמרא-תוספות.

די זעלבע איז מיט אסאך אנדערע שאלות וואס זענען טאקע אסאך מער טפל, אדער אפילו אזוינע וואס זענען קאנטראווערסיאל ביי אזעלכע וואס האלטן זיי וויכטיג פאר עיקרי הדת. אבער ווען א מענטש ווייסט מבדיל זיין דאס וואס איז אמת’דיג דעם שורש פון זיין חיות הנפש מיט דאס וואס איז נאר א טפל, קען ער דן זיין אפילו אין יסודי הדת גופא מיט א רואיגקייט און אן ערנסטקייט ללא משוא פנים, ווי יעדע אנדערע סוגיא אין דער תורה. און אז ער קוקט אריין אין ראשונים ואחרונים וואס לערנען דאס ערנסט אזוי, זעט ער אז עס איז טאקע אזוי, אז אלעס קען מען דן זיין כדרכה של תורה. מען מוז נישט שפרינגען און מורא האבן פון געוויסע סוגיות ווייל זיי זענען יסודות בדת, ווייל דער אמת’ער שורש איז נישט דארט, און דער פרט זייערע, אפילו אז זיין מסקנה וועט זיין א דעת יחיד, איז נישט געפערליך, וועט ער אזוי טראכטן פאר זיך (דאס איז א שמועס פאר זיך געבויט אויפ’ן רמב”ם, אז עס איז נישט שייך קיין דין הכרעה הלכתית באמונה וויבאלד דאס איז נישט נוגע למעשה, און מען קען נישט הייסן א מענטש טראכטן אנדערש ווי ער טראכט), עכ”פ ער וועט נישט ווערן פארלוירן פאר דעם.

ו – סבלנות און סובלנות

פון די גרעסטע עצות, און אפשר תנאים, אויף פארשטיין טיפערע און ברייטערע זאכן, איז סבלנות. (נישט לחינם ווערן די העכסטע מדרגות אין קבלה גערופן בשם אריך אנפין, ארך אפים.) א מענטשנ’ס שכל נעמט אסאך צייט צו ארבעטן, און טיפע איידעלע זאכן וואס זענען שווער כולל צו זיין בכלל אין ווערטער, על אחת כמה וכמה. עס זענען דא אסאך זאכן וואס זעען אויבנאויף אויס ווי פשוט’ע זאכן און אז מען זאגט זיי אין ווערטער נעמט עס אינגאנצן א פאר מינוט, האבן גענומען פאר גרויסע חכמים צענדליגער יארן צו פארשטיין. דער שכל פון א מענטש און זיין הבנה אין דברים כלליים וואס זענען תלוי אין א בילד וואס מען באקומט פון דעם צירוף פון מיליאנען פרטים קען נעמען אן א שיעור צייט צו פארשטיין. און בין כך ובין כך איז נישטא קיין עצה נאר צו ווארטן בסבלנות. אמאל זעט ער איין ערשט יארן שפעטער אז ער פארשטיין דעם ענין און ער באקומט א נייעם בליק, אמאל פארשטייט ער דאס וואס ער האט געזאגט מיט ווערטער צוואנציג יאר צוריק אבער ער האט דעמאלט נישט ממש געוואוסט וואס ער מיינט, און אמאל פארשטייט ער פלוצלינג דאס וואס זיין רבי האט אים געזאגט פאר פערציג יאר צוריק, און ער האט געמיינט ‘נע, דער רבי איז אלטמאדיש, און רעדט שטותים’ – אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה.

ממילא איז דער פשוט’ער כלל נישט צו ווערן פארלוירן. צופיל יונגעלייט ווערן פארלוירן אז זיי האבן א קשיא אדער צענדליגער קשיות און עס ווערט זיי נישט פארענטפערט גלייך, אדער ביז א יאר אדער צען. דער אמת איז אבער מן הנסיון – א צירוף פון טויזנטער פרטים, שעות פון מחשבה, שמועסן, מעשיות, לימודים, און לעבנס-ערפארונג – אז מען לערנט כסדר, און אמאל ווערט א קשיא וואס מען פרעגט היינט נאר פארענטפערט צען יאר שפעטער. און אפילו אויב די קשיא איז אין יסודות פון אמונה טאר מען זיך נישט דערשרעקן אז עס גייט דורך א לענגערע צייט און מ’קען נישט צוקומען צו א מסקנא, ווייל פארקערט, דאס זענען דאך די איידלסטע נושאים, איז הדעת נותן אז עס זאל נעמען די לענגסטע צייט, און אז ביז דערווייל האט ער נישט קיין תירוץ איז מה בכך. דער רמב”ם האט אויך נישט געהאט גלייך קיין תירוץ אויף יעדן ספק זיינער, און דער מורה נבוכים האט ער נישט געשריבן אין איין נאכט. ער האט זיך מסתמא געמוטשעט צענדליגער יארן אויף די נושאים מיט פילע הוה אמינות און מסקנות און חזרות און ספיקות, ווי ער שרייבט אליינס אין די הקדמה, און נאך אלעם זאגט ער נישט אז ער פארענטפערט אלע קשיות. און נאך דעם רמב”ם זענען געקומען נאך דורות פון חכמים, געפרעגט געענטפערט, חוזר געווען וכו’ כדרכה של תורה.

נאך א זאך וואס קומט ארויס פון דעם סבלנות איז אויך ווי מען רופט דאס היינט “סובלנות” – טאלעראנץ, פשוט סובל צו זיין טעותים. אין אדם עומד על דברי תורה אלא אם כן נכשל בה, און דער ספר הבהיר זאגט אז אין טיפערע נושאים איז על אחת כמה וכמה אז מען ווערט נכשל, עד כדי כך כמעט וואס מ’מוז נכשל ווערן פאר מ’קומט צו דער אמת’ער הבנה. כל זמן וואס איינער לערנט ערנסט און מיינט גוט, אפילו אז ער האט א טעות, ווערט ער נישט קיין אפיקורס ח”ו, בסך הכל איז ער א תלמיד חכם וואס האט געמאכט א טעות (ווי דער רמ”ק שרייבט אין זיין ספר אור נערב, על יסוד ספר הבהיר הנ”ל, ועוד מקורות). ממילא דארף מען נישט פארלוירן ווערן אויב מען וועט מאכן א טעות, אדער אויב מען האט געמאכט א טעות, אדער טאמער מאכט א צווייטער א טעות, ווייל דאס איז אלץ א חלק פון דעם מהלך הלימוד.

ז – דער טשולענט פארלירט נישט דעם טעם

פונקט ווי מיר האבן מבדיל געווען בין עיקר לטפל מלמעלה, דארף מען קענען מבדיל זיין בין עיקר וטפל מלמטה, און נישט תולה זיין דאס וואס איז א מציאות מצד די מער פשוט’ע וועלטליכע פאקטן מיט די גרויסע און טיפע סוגיות פון אמונה וואס זענען מקושר מיט זיי.

צופיל מענטשן מאכן דעם טעות אז טאמער דאס גאנצע אידיש לעבן איז געבויט אויף דעם יסוד פון אמונה, און ער האט א ספק אין אמונה, טאר ער מער נישט האבן קיין טעם אין קיין שום פשוט’ער זאך פון לעבן. האב איך פאר אייך די גוטע נייעס, טייערע חברים, קוגל און טשולענט זענען געשמאק אפילו מען האט ספיקות אין אמונה; צו טאנצן הקפות איז נאכאלץ א געשמאקע זאך אפילו טאמער מען ווייסט נישט פינקטליך ווער און וויאזוי מ’האט געשריבן די תורה. אפילו טשיז-קעיק צוזאמען מיט א קרעפל-פשעטל זענען נאך אלץ א שילוב נפלא פון תענוג דורכאויס די אלע ספיקות.

ווען מען גייט אריין חוקר זיין אין עיקרי אמונה דארף מען אויך דאס וויסן, אז נישט אלעס איז אידעאלאגיע. רוב זאכן, אפילו אידישקייט און לעבן, זענען דארט מחמת אן א שיעור טעמים, וואס זענען טאקע מקושר מיט דער אמונה, אבער זיי קומען אן צו אסאך מער זאכן ווי פשוט די י”ג עיקרים. משפחה, מסורה און מנהגים זענען א מציאות, צי מען גלייבט יא צי נישט, און דער היימישער גמ”ח וועט אייך ווייטער לייען געלט אפילו ווען איר האט עטוואס ספיקות. עס איז א שאד צו פארמישן אלעס אין איין (אומבא’טעמ’טן) קוגל, אז א טאג וואס איך פארשטיי נישט די עיקרים פארשטיי איך אויך נישט קיין קוגל. אויב איז חקירה אויף קלאר צו מאכן זאכן וואס זענען פארנעפלט דארף מען די ערשטע זאך קלאר מאכן דאס אליין, וואו חקירה איז נוגע און וואו עס איז נישט נוגע; וואס איז תלוי אין אן אמונה און וואס איז פשוט א פאקט און א רעאליטעט. ווייטער קען מען נישט זאגן קיין כללים אויף יעדן איינעם וויאזוי ער זאל זיך פירן זיין לעבן, און די הכרעה פון מחשבה ביז למעשה מיט אלעס קען יעדער נאר וויסן פאר זיך אליין בצירוף חברים ומורים. אבער דער כלל איז וויכטיג צו געדענקען, אז דער מציאות בלייבט מציאות און נישט אלעס איז למעשה תלוי אין אמונה. דאס איז נאך א פשוט’ע זאך וואס מען דארף ארויסהאבן און פארשטיין כדי נישט צו פארלירן די בריאות הנפש פון די אלע זאכן.

אמאל איז גאר פארקערט ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון, וואס במושכל ראשון ווי מער א מענטש איז א חכם און פארשטייט דעם עיקר איז אים ווייניגער וויכטיג די קרעפלעך פון שבועות, ער פארשטייט דאך די תורה. אמאל אבער, וויבאלד ער פארשטייט אזוי גוט די אלע טעמים פון דער תורה, מ”ט פנים טהור ומ”ט פנים טמא, ער פארשטייט אזוי גוט ווי אין שכל האט יעדע זאך אזויפיל צדדים און צדדי צדדים, אז ער קען זיך נישט מנחם זיין אינגאנצן מיט דעם – ער מוז האבן דעם קביעות פון דעם טשיז-קעיק וואס איז למעשה א גוטער טעם, כדי ער זאל זיך קענען דערהאלטן גייסטיש באלאנצירט. (וע”פ פנימיות זה מקושר בעיקר שורש הנפש שנתבאר למעלה בסוד נעוץ סופן בתחילתן.)

*

צום שלוס, נאך אלעם איז יעדער מענטש, אפילו דער גרעסטער חכם אין דער וועלט, נאר א מענטש, און ווייסט נאר אזויפיל ווי ער ווייסט, און לו יחיה אלף שנים וועט ער דאך נאר וויסן דאס. קיינער קען נישט זאגן אז ער האט דער ענדגילטיגער איינציגער אמת – אפשר נאך טויזנט יאר פון התקדמות החכמה וועט מען פארשטיין אז דו רעדסט נארישקייטן, און אפשר נאך צען טויזנט יאר וועט מען טרעפן נאך א תירוץ אויף דעם. קען דען א מענטש וויסן עפעס אויף זיכער? ער קען דאך בכלל נישט לעבן גענוג לאנג אויף צו לערנען אלע חכמות און דורכגיין אלע צדדים פון יעדער זאך. מען קען נאר האבן דאס ביסל אז מען וויל וויסן, אז מען איז גרייט אוועקצואווארפן טעותים אנצוקומען צו מער אמת, און אז מען פראבירט צו לערנען יעדן טאג אביסעלע מער, מתוך הכנעה צו דעם אמת אליינס וואס איז גרעסער פון אונז אלע, און הרכנת ראש פאר יעדן טאג, יעדן מענטש, יעדן ספר און יעדער זאך וואס איז אונז מגלה אביסל מער אמת ווי מיר האבן געוואוסט ביז אהער.