ירידת הדורות – מאמר ד’ ואחרון

תוכן עניינים

ווי מיר האלטן

אין דער ערשטער חלק האבען מיר אראפגעלייגט פיר קשיות וואס מען דארף ענטפערן כדי צו קענען רעדן קלאר וועגן דער נושא פון ירידת הדורות. דער ערשטע שאלה איז וואס איז דאס בכלל דער געדאנק פון ירידת הדורות. ארום דער שאלה האבן מיר בעיקר געשטעלט אונזער שמועס אין די פריערדיגע חלקים, ווי אין חלק א’ האבען מיר גערעדט אויב איז דאס אן ענין טבעי אז די מענטשען ווערן שוואכער בגוף, אדער בנפש, אדער בשכל. אין חלק ב’ האבען מיר גערעדט וועגן דער ענין פון חכמת ומסירת התורה וואס שפעטערדיגע דינגען זיך נישט געווענטליך אויף פריערדיגע והמסתעף. און אין חלק ג’ האבען מיר גערעדט פון די חכמה זעלבסט אויב זי ווערט בכללות שוואכער אדער דווקא מער אנטוויקלט.

אין דעם איז שוין נכלל געווען אביסעל פון די צווייטער שאלה, פון וועלכער תקופה אדער תקופה רעדט מען דא. אין דעם שאלה קען מען אויך כולל זיין א וויכטיגע שאלה וואס מיר האבען דערמאנט דארט וואס איז וויאזוי קען דער ענין פון ירידת הדוורת שטימען מיט דער ענין פון התגלות דרך הקבלה והבעש”ט וואס מען הערט אסאך מאל לשונות ווי עס איז א גילוי וואס איז נישט געווען פריער. מיט דער ענין וועלן מיר אנפאנגען אין דער חלק, ווי מיר וועלן וייזען אז דער שטימונס פון דרך החסידות איז נישט אינקלאנג מיט דער געדאנק פון ירידת הדורות.

פון דעם וועלן מיר צוקומען צו מסכם זיין וואס דער שטימונג פון דער געדאנק פון ירידת הדורות איז, און וואס דאס וועט אונז צוהעלפן למעשה אז מיר וועלן פארשטיין דער מקור דערפון און וואסארא חילוק עס קען מאכן אין אונזער לעבן למעשה אז מיר וועלן דאס אויפהערן צו גלייבען.

די אלע חלקים זענען געווען דורכגעפלאכטן כסדר מיט שאלה ד’ וואס דאס איז וואס זעהן מיר אין די מקורות פון חז”ל און ספרים הקדושים איבער דער ענין. מיר וועלן צוענדיגען דער סעריע מיט א וויכטיגע פאר מקורות פון חז”ל ווי מען זעהט אז עס איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז היינט מוז זיין ערגער ווי אמאל..

הבעש”ט היה גדול מהדורות שלפניו

“היו היה דבר השם ביד הבעל שם ויגזור אומר ויקם, אחד היה ומהקדמונים לא קם כמוהו ואחריו על עפר מי יקום”

מיט דער לשון פארענטפערט זיך ר’ מענדלי וויטעבסקער (פרי הארץ מכתב י”ט) אויף דעם וואס ער וויל נישט צוזאגען קיין מופתים אזויווי זיינע חסידים האבען געוואלט און געהערט פארציילען פון דער בעל שם טוב אין אנדערע רבי’ס. איך ווייס נישט זייט וועלכער קדמונים מיינט ער צו מדייק זיין פונטקליך ווי שטארק מער פון פריערדיגע מאכט ער דא דער בעש”ט, אבער דאס איז זיכער אז ער ליייגט דא אראפ דער בעש”ט אלץ א תופעה פלאית וואס איז שוין נישט געווען אסאך דורות.

אן ענליכע לשון שרייבט דער ליובאוויטשער רבי דער צמח צדק רעדנדיג פון מופתי הבעש”ט (ספר החקירה דף סה עמוד א) “הבעש”ט אשר כמוהו לא היה מימות הראשונים“.

אין די מאמרים פון דער בעל התניא טרעפן מיר א קלארערע לשון (מאמרי אדמו”ר הזקן הקצרים עמ’ תקלא) “כי נודע מה שהעיד הרב המגיד ממעזריטש ז”ל עליו שאם היה בימי התנאים היה פלאי ממיוחדים שבתנאים. כי רוב התנאים בבריאה כי משנה ביצירה והתנא בעל המשנה בבריאה, ולו היה נשמה מאצילות כמו המיוחדים שבתנאים”. דא זעהן מיר א קראנטע שמועה פון דער בעל התניא בשם דער גרויסער מגיד אז דער בעל שם טוב האט געהאט אזא מדריגה וואס איז גרעסער פון רוב תנאים. און ער איז מסביר פונקטליך די מדריגה וואס דאס מיינט.

דער תפארת שלמה שרייבט (פרשת יתרו ד”ה ויקח יתרו) “כמו שהורה לנו הבעש”ט זי”ע והפליא עצה והגדיל תושיה מכל הדורות שלפניו לרומם כבוד הבורא להרבו’ תלמידים להורות להם דרכי הקדושה וטהרה בתורה לשמה והכנת התפלה כאשר עינינו רואות מכל צדיקי הדור תלמידי תלמידיו אשר מפיהם אנו חיים וכל הדבוקי’ בהם יצליחו ויעשו פרי.[1]

דער סקווערער רבי ר’ יעקב יוסף ז”ל האט נאכגעזעאגט פון ר’ וואלף קיציס תלמיד הבעש”ט, אז טאמער דער בעל שם טוב וואלט געווען בזמן הראשונים וואלט ער געווען א ראשון, טאמער וואלט ער געווען בזמן האמוראים וואלט ער געווען אן אמורא, טאמער וואלט ער געווען בזמן התנאים וואלט ער געווען א תנא, און טאמער וואלט ער געווען בזמן האבות וואלט ער געווען איינער פון זיי, און מען וואלט געזאגט אלהי אברהם וכו’ ואלהי ישראל. (לוח מעגל השנה סקווירא עמ’ 228)

תלמידי בעש”ט שהיו גדולים מדורות שלפניהם

די סארט הפלגות אויף אפילו לפי ערך פריערדיגע דורות טרעפן מיר נישט נאר אויף דער בעש”ט אליינס נאר אויך אויף אנדערע צדיקים מתלמידיו וממשיכיו טרעפן מיר ווי זייערע תלמידים האבען זיך אזוי אויסגעדרוקט. איך בין דא מעתיק וואס איך האב געטראפען.

ר’ הערשעלע זידיטשובער האט געזאגט אז א רבי ווי דער רבי ר’ אלימלך איז נישט געווען פון די צייטן פון תנאים ואמוראים (נפלאות הרבי אות שנ”ב)

דער צאנזער רב האט געזאגט אז פון אברהם אבינו איז נישט געווען קיין מענטש וואס האט געמאכט סיגופים אזויווי דער רבי ר’ אלימלך. (ספר אורח לצדיק, חלק בית אלימלך אות מא בשם האדמו”ר מקלויזנברג)[2].

ר’ איציקל סטיטשינער האט געזאגט אז דער רבי ר’ אלימלך איז ביי אונז ווי ר’ שמעון בר יוחאי (החכמה מאי”ן עמ’ יז)

דער חידושי הרי”מ האט געזאגט אויף דער קאצקער רבי אז טאמער וואלט ער געווען בזמן התנאים וואלט ער געווען א תנא[3].

ר’ פייבל גריצא האט געזאגט אויף זיין רבי ר’ איציקל ווארקער אז ווען ער וואלט געווען בזמן האמוראים וואלט ער געווען א תנא, ווען ער וואלט געווען בזמן האמוראים וואלט ער געווען אן אמורא, און ער האט געקענט לערנען אזויווי דער רי”ף און דער רמב”ם. (בשם הישמח ישראל, בספר הרבי ר’ בונם עמ’ קצב)

ר’ נפתלי חיים דזיקוב’ער האט געשריבען אויפ’ן צאנזער רב אז “היה לפלא בעיני התנאים ואמוראים” (החכמה מאי”ן עמ’ מט)

אור התחדשות העתיד

די אלע נוסחאות, און נאך וואס איך האב נישט געטראפן לע”ע מקורות צו ברענגען, זענען נישט נאר הפלגות פון התפעלות וואס תלמידים האבען נארמאל לגבי זייער רבי’ן (הגם דאס איז אויך אוודאי דא און מען קען אפשר נישט מדייק זיין פונקטליך פון די לשונות), אבער זענען אויך מבטא אן אמת’ער געדאנקענגאנג פון די חסידות אז די מדרגה אין צדקות און מופתים און גילוי התורה וואס דער בעל שם טוב האט אראפגעברענגט שטייט העכער פון די תורה און צדקות פון אסאך דורות פריער.

למעשה שטאמט דער געדאנקענגאנג שוין פון די התגלות הזוהר און קבלה וואס דער בעש”ט האט געפילעוועט. דער ספר הזוהר אליינס זאגט אין עטליכע ערטער (ואכ”מ להאריך בזה) אז זיין התגלות איז אן ענין פון התגלות התורה וואס האט נישט געקענט ווערן מגולה ביז דער דור פון מלך המשיח. דאס הייסט אז דער זוהר קוקט אן די עמקות אין תורה וואס ער איז מגלה ווי א זאך וואס איז קלאר נישט געווען פריער, און אפילו די פריערדיגע חכמים און גדולים האבען דאס נישט געהאט.

דער זעלבער דער אריז”ל וואס האט מגלה געווען אין דער זוהר אליינס עומקים און חידושים שלא שמען אוזן מעולם, האט זיך שוין אליינס מתייחס געווען צו דעם און האט קלאר געזאגט אז אפילו די מקובלים הראשונים האבען נישט מגלה געווען און ארויסגעהאט קלאר די חכמה אזויווי ער. (ראה הקדמה לעץ חיים). און ער איז מסביר על פי הקדמות הזוהר אז דאס איז צוליב דער התחדשות אור של משיח וואס ווי מער די דורות ווערן נענטער צו דעם ווערט די התגלות דווקא טיפער און שטערקער און קלארער.

אין א שטיקל וואס ווערט געברענגט און באארבעט אסאך אין חסידישע ספרים (שער הגלגולים הקדמה לח) פרעגט עם זיין תלמיד ר’ חיים וויטאל וויאזוי עס קען זיין אז ער זאגט עם אז זיין נפש האט אזא הויכע מדרגה, בשעת וואס ער ווייסט אז “הקטן שבדורות הראשונים היה צדיק וחסיד שאין אני מגיע לעקבו”. און דער אריז”ל האט עם גיענטפערט אז וויבאלד בזמן הזה איז דא אזא התגברות הקליפה, זענען זיינע מעשים מער חשוב ווי גרעסערער מעשים בדורות הראשונים וואס זענען אנגעקומען גרינג “ולכן שלא אצטער על זה כלל, כי בלי ספק יש לנפשי מעלה גדולה על כמה צדיקים הראשונים מזמן תנאים ואמוראים“. הגם אז דער אריז”ל’ס תירוץ גיט אביסעל נאך צו די טעזע פון ירידת הדורות, און פארענטפערט עס נאר ווייל לפום צערא אגרא, פארשטיין מיר אז למעשה זאגט ער דא אז ר’ חיים וויטאל האט א נשמה וואס איז גרעסער פון תנאים ואמוראים. יהיה מה שיהיה התירוץ זעהן מיר אז דער כלל פון ירידית הדורות איז דא נישט גילטיג נאר להיפך. (ויש להעמיק בזה עוד ואכ”מ).

דער געדאנק אז היינט איז גאר בעסער פון אמאל, און מיר ברויכן דאנקן דער אייבישטער און זיין צופרידען אז מיר זענען געבוירען היינט און נישט אמאל, הילכט אפ דער שטערקסטער אין דער ווארט פון ר’ פנחס’ל קאריצער, וואס זאגט אז ער דאנקט דער רבוש”ע יעדער טאג אז ער איז געבוירען נאך דעם וואס דער זוהר הקדוש איז נתגלה געווארן, וויבאלד דאס האט עם געהאלטן ביים אידישקייט. נאך זאגט ער אז ער פארשטייט דער אבן עזרא און אנדערע ראשונים וואס האבן כופר געווען אין פארשידענע זאכן, וויבאלד זיי האבען נעבאך געלעבט אין אזא פינסטערע צייט וואס איז געווען ווייט סיי פון דער גילוי פון זמן הבית און סיי פון דער אור של מלך המשיח, ממילא האבען זיי געטראכט לפי שכלם, אבער היינט זענען מיר שוין נענטער צו משיח לעבן מיר אין א מער לעכטיגער צייט פון זיי.

אין ספר נועם אלימלך (פרשת וישב  ד”ה וישב יעקב) שרייבט דער רבי ר’ אלימלך “ששמעתי משל מתוק מפי אדומ”ו הרב המגיד דק”ק ראויני זלה”ה והוא שאנו רואים שכעת אשר אנחנו בגלות המר יש בני אדם שזוכים לרוח הקודש בקל יותר מבימי הנביאים שהיו צריכין השבעות והתבודדות רב כידוע כדי שישיגו הנבואה ורוח הקודש. ואמר משל נפלא ומתוק למשל המלך שהוא במקום כבודו בביתו בחצירו בפלטין שלו ויבא איזה אוהב המלך וירצה להזמינו לסעודתו לביתו אזי בוודאי יכעוס עליו המלך כי אין זה כבוד של מלך לצאת מפלטין שלו לבית אחרים גם אם יהיה הסעודה גדולה עד למאוד. ובלתי אפשרי שיזמין את המלך לביתו עד שיכין כל הכנות ויעמיד מליצים ופרקליטין גדולים שימצא חן בעיני המלך שיבא לסעודתו. אבל כשהמלך נוסע בדרך ורוצה ללון בדרך אזי כאשר ימצא מקום נקי באכסניא נקי אף אם בית המלון הוא בכפר אם הוא רק נקי אזי זה בית מלונו ללון שם והנמשל מובן ממילא בזמן שבית המקדש קיים והיה שכינת כבודו בבית קדשי הקדשים אזי אם היה אדם רוצה לשאוב רוח הקודש או נביאות היה צריך עבודה גדולה כמו שמצינו בשמחת בית השואבה ששם היו שואבים רוח הקודש. אבל עתה בגלות המר הגם השכינה קדושה גלתה עמנו ובעוונותינו הרבים היא נע ונד בארץ ותשוקתה מאוד מצוא מקום דירה לשכון בה. ואם מצאה מנוח מקום נקי אדם שהוא רק נקי מעבירות וחטאים אזי שם היא דירתה ודפח”ח. וזהו הפעם יזבלני כו’ לשון דירה דהיינו בגלות המר יהיה לה דירה להשכינה”. אין דער שטיקל אויך זעהן מיר א סברא אז דווקא וועגן עס איז נישטא קיין בית המקדש איז דווקא גרינגער צו משיג זיין רוח הקודש.

דער בני יששכר שרייבט אין מאמרים פון חנוכה אז דער סיבה פארוואס אין שפעטערדיגע דורות בזמן תלמידי הבעש”ט האט מען אנגעהויבען מער צו מאכן אן עסק פון חנוכה, וואס מיר זעהן נישט אין פריערדיגע ספרים, אפילו אין זוהר און כתבי אריז”ל, אז חנוכה זאל זיין אזא גרויסער ענין, איז וויבאלד חנוכה האט א שייכות מיט אורו של משיח, און חסידות איז דאס, ממילא האבן די חסידים דאס שטערקער מגלה געווען.

ברית מנוחה: דורות אחרונים גדולים מן הראשונים

פון די אלע מאמרים און פתגמים וואס מיר זעהן דא קען מען זעהן קלאר, אז דער רוח וואס שפירט זיך אין ספרי חסידות וקבלה און אין סיפורי חסידות וקבלה, איז נישט איינס פון ירידת הדורות ווי היינט איז אלעס שוואכער פון אמאל, נאר פארקערט מיר לעבן אין א הויכע לעכטיגע זמן ווי עס ווערט אלעס בעסער פון אמאל. די טעאריע פון דעם איז אבער נישט אייניג, און מיר האבען געזעהן פארשידענע פרטים און מהלכים וויאזוי זיי זאגן דאס. איין טעאריע דאס מסביר זיין האבען מיר שוין געזעהן אז דאס איז אן ענין פון דער התגלות פון משיח. דאס איז ווי דער צווייטער צד פון דער מטבע פון די טעאריע וואס מיר האבען געברענגט אין חלק ג’ אז ווי עס איז א דור ווייטער פון משה רבינו ווערט אלץ שוואכער, אויב אזוי קומט אויך אויס אז ווי נענטער מען ווערט צו משיח ווערט אלץ בעסער.

מערקוועדיג איז אבער צו ברענגען נאך א טעאריע וואס ווערט דערמאנט אין ספרי קבלה וחסידות, וואס לויטעט גאר אז דער סדר הטבעי איז נישט איינס פון ירידה תמידית, נאר ווי א מעגל, אז קודם זענען די דורות גרויס, נאכדעם פאלן זיי, און דערנאך די גאר שפעטסטע דורות קומען צוריק למעלת הראשונים און נאך מער[4].

דער געדאנק טרעפן מיר צום ערשט אין דער קבלה ספר “ברית מנוחה”[5]. וואס ער שרייבט אזוי “ובזה תוכל להשיג עוצם גבורות אלהיך ונפלאות, יותר ממה שהשיגו הקדמונים בחכמתם הגדולה. כי זה אמת דורות הראשונים לעולם חכמתם שהם היו חכמים מחוכמים, דורות האמצעים אינם כל כך, אחרונים חכמים מן הראשונים. וזה לפי טבע ולפי יצירת העןלם, כמו שהגלגל חוזר והראשונים שעולים מלאים והאמצעים שופכים והאחרונים שואבים ונגולים”.

ר’ שלום תאומים, א תלמיד פון דער רבי פון לולבין, האט געשריבען א טיפער פירוש אויף דער ספר ברית מנוחה וואס הייסט עבודת יום הכיפורים[6]. אין דער הקדמה נעמט ער דער געדאנק און לייגט דאס ארויף אויף דער ענין פון תלמידי בעל שם. וז”ל “דעו לכם, שמה שאמרו ז”ל אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים, והלואי כחמורו של ר’ פנחס בן יאיר, זה היה עד ימות של בוצינא קדישא בעש”ט שהאיר ה’ אורו ממזרח, אבל משם והלאה נתקיים בנו מאמר ז”ל במסכת שבת (קד עמוד א) שאמרו אתי דרדקי בי מדרשא ואמרי מילי דאפילו בימות יהושע בן נון לא אתאמר כוותייהו”.

דער שטיקל ברית מנוחה ווערט אויך געברענגט אין ספר אור לשמים פון ר’ מאיר’ל אפטער פרשת תצוה[7], אין אין ספר נועם אלימלך אנפאנג פרשת בהר וז”ל “לכך לא נאמר ומסרוה אלא לימד להם התורה כפי כחם לקבל דור אחר דור תשו כחם ולא נאמר בהם לשון מסירה והדר אצל נביאים לכנסת הגדולה נאמר לשון מסירה שכך הוא הדרך הטבע שדבר היוצא בטבעו לסוף הדבר ההוא נתעלה ועולה למעלה כמו הגלגל הדבר שהוא למטה אותה הדבר בעצמו חוזר ומתעלה”.

 דער רבי ר’ בונם: די פנימיות ווערט בעסער

אין פריערדיגע מאמרים האבען מיר געזעהן א געדאנק וואס איז גאנץ נפוץ ביי לעצטיגע ספרים, און מען קען טרעפן א מקור דערצו אין די גמרא אין ברכות דף ו’ אז דער חילוק פון ראשונים און אחרונים איז נישט אין לערנען נאר אין מסירות נפש, דער געדאנק אז טראץ וואס אין ענינים פון תורה און חכמה און פארשטיין שטיין מיר היינט בעסער ווי פריערדיגע דורות, און עס איז אפשר אפילו שייך צו זאגן א כלל אז דאס ווערט כסדר בעסער, אף על פי כן די הארץ, די ערנסטקייט שבלב, די יראת שמים, וכדו’, ווערט אלץ שוואכער. און אויף דעם ווערט געזאגט דער עיקר געדאנק פון ירידת הדורות[8].

עס איז אבער דא אינגאנצן א פארקערטע מהלך. מיר האבען שוין געזעהן אז דער דרשות הר”ן נעמט אן אז אוודאי דורות אחרונים קענען זיין צדיקים פונקט ווי דורות הראשונים, וויבאלד דאס איז דאך א זאך וואס איז תלוי בבחירה, נאר אין חכמה איז דער טבע אז עס מוז ווערן שוואכער און אפילו אז איינער איז א צדיק איז ער נאכאלץ משועבד צו די טבע. דער זעלבער געדאנק האב איך געטראפן אין ספר חסידים (אות תתקמה), ווי ער איז מחזק א מענטש זאל נישט פאלן ביי זיך אז ער איז נישט אזוי קלוג ווי אין פריערדיגע דורות, ווייל דער עיקר איז די הארץ. וז”ל “הקיש קלים כשמתכונים לשם שמים לצדיקים, שאצל הקב”ה לב שאינם פקחים בדורות האחרונים כפקחים בדורות הראשונים, שאם לא תאמר כך יוכל כל דור לומר, למה לא נבראיתי בימים הראשונים שהיו חכמים גדולים, והייתי לומד תורה הרבה..”

דער ספר חסידים איז געבויט כסדר אויף דער כלל פון ‘רחמנא ליבא בעי’. וואס לויטעט אז ביים באשעפער איז נישט וויכטיג וויפיל כשרון א מענטש האט נאר וויפיל ער וויל אין זיין הארץ. לויט דעם זאגט דער ספר חסידים איז א דבר פשוט אז אפילו בדורות האחרונים וואס עס איז אפשר דא א ירידה אין כשרון, קען מען נאכאלץ וועלן און שטרעבן פונקט ווי בדורות הראשונים, און דאס איז דאך פונקט אזוי חשוב ביים רבוש”ע.

דער דרך החסידות פון בעש”ט האט – אזויווי דער חסידות פון ספר חסידים – בעיקר מדגיש געווען דער ענין פון רחמנא ליבא בעי. איז אויב אזוי מסתבר אז זי זאל טראכטען דער זעלבער זאך, אז דער הארץ פון דורות האחרונים וועגט איבער דער מוח פון דורות הראשונים. ר’ צדוק הכהן פון לובלין ברענגט אז ער האט געהערט פון זיין רבי’ן דער איזביצער בשם דער רבי ר’ בונם אזוי (פרי צדיק ואתחנן אות כא, ושם ויחי אות א, כי תבא אות טז): … ששמעתי מרבינו הקדוש זצ”ל שאמר בשם הרבי ר’ בונם זצלה”ה שאמר שאף שהדורות המוחות מתמעטין בכל פעם אבל נקודת החיים שבלב מתרחב תמיד ונעשה מזוכך בכל פעם בגלות יותר. ואמר רבינו הקדוש שהיה לו זה לדבר חדש כששמעו בפשיסחא ואחר כך מצא הדבר מפורש בכמה דוכתי ולא פירש לן איה מקומן[9].”

דער רבי ר’ בונם זאגט אז נישט נאר דורות האחרונים קענען האבען אזא הארץ ווי דורות הראשונים, נאר אדרבה דער נקודה שבלב ווערט מער און מער מזוכך ווי מער די דורות ווערן שפעטער. און דער איזביצער האט געזאגט אז בשעת ער האט דאס געהערט איז דאס אים געווען א חידוש, אבער שפעטער האט ער דאס געטראפן מפורש. ר’ צדוק זאגט אז ער האט נישט געזאגט ווי, אבער לכאורה איז דער שורש דערפון דער ווארט פון אריז”ל וואס מיר האבען פריער געברענגט, און באופן כללי דער געדאנק פון אריז”ל אז די ניצוצות ווערן כסדר מתברר, וואס על פי חסידות איז דאס טייטש אז די נקודה שבלב ווערט כסדר קלארער.

הרב קוק: התבסמות העולם

למעשה אז מיר קוקען ארום אין די וועלט, זעהן מיר אז חוץ דער גרויסער התפתחות פון סייענס און אנדערע חכמות בדורות האחרונים, איז דא אויך א גרויסער התפתחות אין דער ענין פון מאראל. יעדער איינער וואס לערנט היסטאריע זעהט אז די אמאליגע מלחמות זענען געווען פיל מער בארבאריש ווי היינט. אין די היינטיגע וועלט איז עבדות למשל א דבר מופרך לגמרי, אין דער צייט וואס אמאל איז דאס געווען א דבר פשוט. און בכלל אין אלע ענינים פון בין אדם לחבירו און בין מדינה למדינה הערשט געדאנק אז מען דארף זיך אויפפירען מער מענטשליך און זיך רעכנען מיט א צוויטער עם גיבן זיין פרייהייט וכו’, אויף א מדרגה וואס איז אמאל בכלל נשיט געווען. הגם מען קען אוודאי קריטיקירען פארשידענע קלקולים וואס זענען דא אין דעם, איז נישט קיין ספק אז באופן כללי זענען דא אסאך ווייניגער רציחות וכדו’ אויף דער וועלט היינט ווי אמאל[10]. פון די איינציגסטע גדולי ישראל וואס האבען זיך מתייחס געווען דערווייל צו דער אנטווילקונג איז המקובל הצדיק ר’ אברהם יצחק הכהן קוק ז”ל, מרא דארעא דישראל. אין עטליכע ערטער איז ער מסביר דער ענין בשורשו, און איך וועל מעתיק זיין עטליכע שורות.

בימים הראשונים היה השכל הכללי של האנושיות פחות מפותח, וחפצו היה גם יותר ברברי. אז היה החזון האלהי כולו נועד לדחות את השכל הסורר, המשועבד רק להחפצים הבהמים בכללות החברה האנושית, ולדחוק תמיד את החפץ הטבעי, שהיתה התעוררותו יותר מכוונת לקראת הכיעור והחטא. התבסמות העולם על ידי כל המשך הדורות, על ידי ביסום היותר עליון של גילויי השכינה בישראל, ועל ידי נסיונות הזמנים, התגדלות היחש החברותי, והתרחבות המדעים, זיקקה הרבה את רוח האדם, עד שאף על פי שלא נגמרה עדיין טהרתו, מכל מקום חלק גדול מהגיונותיו ושאיפת רצונו הטבעי הנם מכוונים מצד עצמם אל הטוב האלהי[11].

[למעשה זעהן מיר שוין דער מהלך אין דער רמב”ם, וואס שרייבט אין הלכות מלכים אז די אנדערע רעליגיעס זענען א וועג פאר משיח וויבאלד זיי זענען מפרסם אמת’ע דעות און הנהגות ביי די גאנצע וועלט. אין אפאר ערטער אין מורה נבוכים צייכנט דער רמב”ם זיין התפעלות ווי נאריש די אמאליגע געצנ-דינער זענען געווען, און וואסארא עוולות זיי זענען באגאנגען, וואס שוין בימיו איז דאס געווען אפגעפרעגט אפילו ביי די גוים. זעהט מען דא אויך אז דער כללות העולם ווערט למעשה בעסער אפילו אין עניינים פון אמונה און מוסר, אז זיי דערנענטערן זיך צו דיר ריכטיגע אמונה און בעסער התנהגות, הגם עס איז נאכנישט קיין תיקון השלם]

ר’ נחמן: דער באשעפער פירט די וועלט וואס שענער

אין די לעצטע דורות האט זיך שטארק מתגבר געווען דער פארשריט פון טעכנאלאגיע, און בעלי שיטת ירידת הדורות זוכן וועגן וויאזוי ממעט צו זיין אין דעם און מסביר זיין אז דאס איז דווקא א ירידה אד”ג[12].

דער רבי ר’ נחמן ברסעלבער האט אבער אנדערש געהאלטן, און האט בפירוש זיך מתנגד געווען צו די וואס זענען זיך מתלונן אויף דעם. ווי עס שטייט אין שיחות הר”ן אות ש”ז “לענין מה שדרך העולם לומר בכל שנה ובכל עת שעכשו אינם עתים טובות ובשנים הקודמים היה טוב יותר וכו’. כידוע שיחות כאלו בין רב העולם, דברנו עמו מזה הרבה. ורב השיחה היה שספרו לפניו הרבה שבימים הראשונים הטובים היה הכל בזול גדול הרבה יותר משל עכשו. כי לא היה אז נגידים ועשירים גדולים כמו עכשו. ומה שמוציא עכשו בעל הבית פשוט ואפלו מקבל חשוב הוא יותר מההוצאות של הנגידים, שבשנים הקודמים כידוע ומפורסם כל זה. ענה ואמר: הלא אדרבא, השם יתברך מנהיג עתה העולם יפה יותר מקדם! ואמר בזה הלשון “אדרבא דער אייבערשטער פירט היינט שעניר דיא וועלט”.

ביי חסידי ברסלב איז מקובל פארשידענע נבואות וואס ר’ נחמן האט פארויסגעזאגט אויף די טעכנאלגיע וואס דאס איז א סימן פון די גאולה.

ר’ יענקעלע ברענגט פון ציעשצנובער רב, אז פונקט ווי היינט פאר מען אסאך שנעלער מיט די באן, פונקט אזוי קען מען היינט אסאך שנעלער תשובה טוהן, און ר’ יענקעלע פירט אויס שטעל זיך פאר היינט מיט אן עראפלאן.. (כתבי קודש פשעווארסק)

למעשה: לאמיר זיין אפטעמיסטיש

מיר האבן טאקע געזאגט אז ירידת הדורות קען מיינען פיל זאכן, און מיינט באמת פיל זאכן, א חלק ריכטיגער פון אנדערע, דאך זעהן מיר אז ביי די וואס נוצען זיך מערסטנס מיט דער געדאנק, מאכן זיי נישט דער חילוק, נאר אלעס ווערט ביי זיי צאמגעמישט אינטער דער רובריק פון “ירידת הדורות”. אין אנדערע ווערטער, דער מציאות ווייזט אז עס מוז זיין עפעס א שנירל וואס שניידט אדורך די אלע אנדערע געדאנקען פון “ירידת הדורות”, א געוויסער מוט  און שטימונג וואס פון דעם שפראצן ארויס די אלע פארשידענארטיגע טעאריעס, און וואס קומט ארויס פון זיי.

אויב דארף מען אנכאפן דער שטימונג ביים קארג, קען מען דאס אנרופען אין איין ווארט: פעסימיזם. אדער אויף דער מער היימישער שפראך: עצבות. דער כלל פון ירידת הדורות, וויאזוי עס זאל נאר מיינען, זאגט אלעמאל דער איין ווארט “עס איז שלעכט און עס ווערט ערגער”. “אמאל איז בעסער געווען פון היינט”. דער קוק איז א פעסימישטער קוק, עס זעהט די שלעכטס וואס איז פאראן אין דער וועלט היינט. עס קוקט עס אן אלץ א ירידה די פארשידענארטיגע שינויים וואס זענען געשעהן במשך די צייט, איז דן לכף חובה פעסימיסטיש, די שינויים און ברענגט זיך אויף א סיוע די נאסטאלגיע אויף א גלארייכע אמאל ווען זאכן זענען כלומר’שט געווען בעסער.

פארשטיין מיר שוין פשוט פארוואס דער שטימונג אין חסידישע ספרים און מעשיות איז נישט דער שטימונג. חסידות האט  דאך געזוכט ווי מער מעגליך מדגיש צו זיין עבודת השם און אידישקייט בשמחה. שפראצט ממילא ארויס פון דעם אז זיי האבן ווייניגער אנגעקוקט די וועלט פעסימיסטיש, און מער אנגעקוקט די וועלט פעסימיסטיש. וויבאלד חסידות האט געלערנט אז דער באשעפער און זיין וועלט זענען ביסודם גוט, און האבען געלערנט צו זעהן ווי מער דער געטליכקייט און גוטס אין יעדער זאך, האט זי געלערנט צו לעבן אין א וועלט ווי עבודת השם איז נישט מקושר מיט א כסדרדיגע עצבות ווי אמאל איז געווען אזוי גוט און היינט איז אזוי שלעכט, נאר האט אנגעקוקט די וועלט ווי “לכתחילה אריבער”. ווי דער תניא האט ארויפגעשריבען אויף זיין דעקל “כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו”. מיר קענען  און מוזען היינט אנקומען צו אלע מדרגות.

אפילו אויף וויפיל עס איז אמת אז עס איז היינט נישטא געוויסע זאכען פון אמאל, איז דאס א שוידערליכע טקאטיק דאס מדגיש צו זיין כסדר. וואספארא עבודת השם בשמחה קען דען ארויסקומען פון א גלויבונג אז אלעס איז שלעכט, און וויפיל מיר וועלן זיך מוטשענען וועלן מיר נישט אנקומען אפילו אפס קצהו צו די מדרגה פון אונזערע זיידעס.  דאס הייסט אז ברגע וואס א מענטש הייבט נאר אן צו לערנען און טוהן גוטס איז מען עם שוין גלייך מייאש פון פאראויס, אפילו ווען עסו ואלט געווען אמת די ירידת הדורות וואלט מען געדארפט מאכן א שווייג דערפון און רעדן נאר פון די מעלות וואס איז היינט דא.

לערנענדיק אין א ליטווישע ישיבה האט מיר א חבר אנגעמערקט אז די אלע שמועסען וואס די ראשי ישיבות און משגיחים האבן דארט געזאגט האבען אלע געהאט איין ניגון צו זיך, דער ניגון פון א הספד. אנשטאטס זאגן שמועסען וואס מען קומט ארויס פון זיי מיט א שמחה און א ברען, מיט א התחזקות צו טוהן גרויסע זאכן. האט כמעט יעדער שמועס געהאט אין זיך א מעשה ווי אמאל איז אלעס געווען בעסער. מיר זענען נישט געקומען לערנען אין א בית לויות האט ער גע’טענה’ט, מיר זענען נישט געקומען לערנען היסטאריע ווי אמאל איז געווען אזוי געוואלדיג,

שפעטער בין איך נתקרב געווארען צו הרב החסיד המפורסם ר’ יצחק משה ערלאנגער שליט”א מחבר קונטרסי ‘חסידות’ ועוד ספרים. פון עם האב איך די ערשטע געהערט דאס וואס איז מיר דעמאלטס געווען א חידוש פלא, אז עס זעהט עם אויס אז דער היינטיגער דור איז גאר א געוואלדיגער דור, און שטייט בעסער אין תורה, עבודה, און אלע הינזיכטען, ווי פריערדיגע דורות וואס ער געדענקט און האט געהערט פון. שפעטער האב איך שוין געטראפן אנדערע וואס וייזען אז עס איז פשוט אזוי היסטאריש, און די אלע מעשיות ווי אמאל איז יעדער פשוט’ער איד געווען אן עובד השם נפלא און א בקי בש”ס זענען פשוט גענומען דער יוצא מן הכלל פון אמאל און געמאכט פאר דער כלל, און איך האב אויך געזעהן אז אנדערע מנהיגים וואס געדענקן אפילו זאגן אויך אזוי[13].

לאמיר אויב אזוי אויפהערן טראכטן כסדר ווי קליין מיר זענען און וואסארא נידריגע דור מיר זענען, נאר לאמיר אנשטאטס דעם טראכטן אז מיר קענען לפחות אזויווי אלע אנדערע דורות, און נאך מער אדאנק די געוועלאדיגע מתנות פון חכמה און טעכנאלגיע וואס מיר פארמאגען היינט. לאמיר זיין א חלק פון די רענעסאנס פון תורה וואס גייט פאר אין דער היינטיגע דור, לאמיר זיך נישט שרעקן פון דער ‘אין לנו חלק’, ‘אין אנו בקיאין’ ‘אנן יתמי דיתמי’, וואס שטעלט אפ יעדער התקדמות אין תורה ודעת, נא רזיך אנהייבען באנוצען מיט די כוחות וואס מיר האבען צו שטייגן וויטער און ווייטער.

דברי חז”ל נגד ירידת הדורות

לאמיר אויספירען מיט פיר הייליגע מאמרים פון חז”ל וואס זענען אונז מחזק זיך צו פארמעסטן מיט די פריערדיגע דורות, און וייזען אז אין יעדער דור איז דא די מעגליכקייט אנצוקומען צו אלעס.

ברוך המקום ברוך הוא שבחר בישראל מכל מעשה ידיו וקנה אותם קנין גמור וקרא אותם בנים ועבדים לשמו לפעמים הוא מדבר עמהם כמו שהוא מדבר עם הרבים ולפעמים הוא מדבר עמהם כמו שהוא מדבר עם היחיד, וכל כך למה אלא בשביל האהבה שהוא אוהב אותם ובשביל השמחה שהוא משמח בהם לכן הוא מדבר עמהם בלשון יחיד ובלשון רבים. לפיכך הייתי אומר שכל אחד ואחד מישראל חייב לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב.  (תנא דבי אליהו רבה פרק כה)

בינו שנות דור ודור, אין לך דור שאין בו מאנשי דור המבול, ואין לך דור שאין בו מאנשי דור ההפלגה וכאנשי סדום, אלא שנדון כל אחד ואחד לפי מעשיו. (ספרי האזינו שי)

ויאמר אברהם אברהם, תני ר’ חייא לשון חיבה, לשון זירוז. ראב”י אמר לו ולדורות, אין דור שאין בו כאברהם, ואין דור שאין בו כיעקב, ואין דור שאין בו כמשה, ואין דור שאין בו כשמואל. (בראשית רבה פרשה נו ט)

…כשהיה המלך עובר רואה כל השבח הזה, אמר כל השבח הזה בפתח הפרדס, בפרדס כולו על אחת כמה וכמה, כך בדורות הראשונים אנשי כנסת הגדולה הלל ושמאי ורבן גמליאל הזקן, בדורות האחרונים ר’ יוחנן בן זכאי ור”א ור’ יהושע ור’ מאיר ור’ עקיבא ותלמידיהן על אחת כמה וכמה, ועליהם הוא אומר חדשים גם ישנים דודי צפנתי לך. (מדרש רבה שיר השירים פרשה ז יח)

[1][1] דער שטיקל תפארת שלמה איז וויכטיג ווייל אין ספר תפארת שלמה נעמט ער אן כמה פעמים ווי א דבר פשוט אז די דורות ווערן אלץ שוואכער און שוואכער ברוחניות (עי’ למשל מועדים שער הקר”ש ד”ה אתה חונן “כי בכל יום ויום הדורות מתמעטים בחכמה האלקות והבנת התורה ופירושה”), אבער דאך זעהט ער דער בעש”ט און זיין גאנצער ענין ווי א יוצא מן הכלל וואס ער איז הפליא תושיה מכל הדורות שלפניו, און ער איז מדגיש בכמה מקומות אז דער ענין איז נמשך אין די אנדערע צדיקים ההולכים בדרך הבעש”ט (עי’ לדוגמא פרשת אמור ד”ה ויאמר וז”ל “ודבר זה גלה לנו הבעש”ט ז”ל בדורו ומאז כן בכל דור ודור ודורשיו עד ביאת הגואל כל הדבוק בהם יש להם עלי’ לכל הנשמות”, ובאריכות בפרשת בראשית ד”ה ויעש אלהים את שני המאורות וז”ל “כי הנה יש ב’ מיני הצדיקים הנקראים מאורות הגדולים כל אחד גדול בדורו. כאשר אמנם בדורות שלפנינו היו צדיקים גדולים אשר האירו תבל בצדקתם כמו הצדיקים והנביאים הראשונים אשר מעולם היו. הנה להם ניתנה הממשלה והכח בשמים ובארץ לגזור אומר ויקם להם ועל כל דרכיהם נגה אור. אכן עתה בדורות הללו אף שהצדיקים אינם כמו הראשונים מ”מ אל יתיאש האדם לאמר אנחנו נגשש כעור באפילה חלילה. אך ידע כי הם ג”כ נקראים מאורות בזמנם כי עתה בעקבות דמשיחא אינם יכולים להיות במעלות כמו הראשונים. ועתה על פיהם ישק כל דבר להם לבדם ניתנה הארץ. וצריך האדם להתאבק בעפר רגליו של הצדיק אשר הוא בדורו פן יאבד חלילה. יפתח בדורו כשמואל בדורו.. וז”ש הכתוב ויעש אלהים את שני המאורות הגדולים רמז לב’ מיני הצדיקים הראשונים והאחרונים את המאור הגדול לממשלת היום שהיו בדורות הראשונים והיה בכחם לבטל מבנ”י כל גזירות קשות ואת המאור הקטן הוא הצדיק שבדור הזה לממשלת הלילה בגלות המר הדומה ללילה. וגם לו הכח להתפלל כמו בשנים קדמוניות על הראשונים והאחרונים דבר טוב “)

[2] דער רבי ר’ אלימלך האט בכלל זיך פארמאסטען מיט דברי חז”ל. ער האט געזאגט אז עס איז א חידוש אז חז”ל האבען געזאגט אז עס וועלן זיין חבלי משיח, און זיי האבן נישט געזעהן אז אלימלך וועט דאס מבטל זיין (נתיב מצוותיך נתיב אמונה שביל ד אות ה בשם חמיו רא”מ מפינטשוב ששמע מפ”ק). אויך האט ער געוואלט משנה זיין דער נוסח התפלה און מחבר זיין זיין אייגענע תפלה אנשטאטס שמונה עשרה ביז די אנשי כנסת הגדולה זענען געקומען צו עם און עם געבעטן ער זאל דאס נישט טוהן (הסבא קדישא מראדשיץ עמ’ 37). ווי אויך האט ער געזאגט אז ווען חז”ל וואלטן געזעהן די חולשה פון שפעטערדיגע דורות וואלטן זיי נישט מתקן געווען קיין תעניתים (אמרות טהורות ראחמיסטריווקא ויקרא עמ’ מב, וראה במאמרינו חלק ב). זעה אויך ווייטער וואס מיר ברענגען פון נועם אלימלך.

[3] דער קאצקער רבי בכלל האט זיך נישט שטארק גערעכנט מיט דער ירידת הדורות און האט כסדר געשטרעבט צו דער גרעסטער און דער העכסטער זאך. נאך אלץ יונגערמאן זאגט מען האבן זיינע חברים אים געפרעגט וואס מיינט ער, ער וועט דען זיין דער בעל שם טוב. האט ער גיענטפערט, צו דען האט דער בעל שם טוב באשווירען אז מען טאר מער נישט זיין גרעסער פון עם? (סנה בוער בקאצק עמ’ 30). דער חידושי הרי”מ האט טאקע געזאגט אז אין קאצק זענען געווען הונדרעטער יונגעלייט וואס ער איז געווען זיכער זיי וועלן אנקומען למדרגת הבעל שם טוב, נאר זעהט אויס דער מחלוקת האט געשאדט (אמת ואמונה אות תתנו)

[4] דאס שיינע ענליך צו דער געדאנק וואס איראפעישער היסטאריקער טיילען אסאך מאל דער היסטאריע אין דריי טיילען, דער פארצייטישער אמאל וואס איז געווען גרויס, א מיטלער תקופה פון טונקלקייט און ירידה, און דערנאך א רענעסאנס און התחדשות וואס גייט צוריק צו דער אמאליגער גרויסקייט און מער. איך האב אבער נישט עספיעט צו טרעפן אויב קען מען טרעפן א קלארער קשר צווישען די מקורות.

[5] ברית מנוחה איז א קבלה ספר געבויט אויף צען נקודות פון דער שם הוי”ה וואס דער כהן גדול האט מזכיר געווען בעבודת יום הכיפורים, געשריבען דורך ר’ אברהם מרימון הספרדי. דער אריז”ל און רמ”ק האבען מעיד געווען אז דער ספר ענהאלט אמת’ע סודות. דער שטיקל איז אין ניקוד הח’.

[6] דער ספר איז געדרוקט געווארען ערשט בדורנו, דורך הרה”ח ר’ אהרן מרדכי רוטנר שליט”א, בהוצאת ישיבת שער השמים. ווי אויך האט מען געדרוקט לעצטנס פון אים צוויי בענדער אור תורה על התורה.

[7] ר’ יענקעלע פון פשעווארסק ברענגט בשם דער שינאווער רב אז דער שטיקל מיינט דער רבי ר’ אלימלך (ספר שיחתן של עבדי אבות)

[8] מען דארף אנמערקן אז דער געדאנק איז א שטיקל ‘ירחיק עדותו’, ווען אין אלע חלקים וואס מיר קענען זעהן איז מען מודה אז עס איז נישטא קיין ירידה, איז מען עס תולה אין אן ענין שבלב וואס אלהים יראה ללבב, און עס איז נישט באמת מעגליך צו מעסטען יראת שמים אדער מדרגות שבלב.

[9] עס איז אינטרעסאנט צוצושטעלן דער ווארט פון דער רבי ר’ בונם צו נאך א ווארט וואס איז מפורסם בשמו (זעה למשל שפת אמת ליקוטים וארא) אויף דער תנא דבי אליהו שחייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי, אז אוודאי קען א מענטש נישט זיין ווי אברהם אבינו, נאר יגיעו איז מלשון נגיעה, אז עס זאל אנרירען די מעשים אין מעשי האבות. דער ווארט נעמט לכאורה אן ירידת הדורות פאר א פשטות. מוז מען אבער פארשטיין טיפער דער ווארט פון יגיעו, און עס קען אפשר זיין אז דער אנרירען מיינט טאקע דער זעלבער ווי ער זאגט דא, אז בנקודת הלב איז די זעלבע אפילו אויב בחיצוניות כשרון המעשה קען מען זיך נישט מדמה זיין צו די אבות.

מצד שני, האב איך געטראפן נאך א מקור פון דער רבי ר’ בונם אז ער האט נישט געהאלטן פון ירידת הדורות. דער רבי ר’ בונם איז אמאל געזעצן און זיך געוואונדערט אוויף דעם וואס שטייט אין שולחן ערוך (יו”ד רמ”ג) אז היינט איז נישטא קיין דין תלמיד חכם, ווי קען זיין אז דער רבי פון לובלין און דער יהודי הקדוש זענען נישט געווען בגדר ת”ח, ביז איינער האט עם געוויזען אז אין ספר שבט מוסר שטייט אז היינט איז יא דא תלמידי חכמים (זכותא דאברהם עמ’ נ”ג, ועיי”ש המשך הסיפור).

[10] דער פילאסאף און דענקער סטיווען פינקער האט געשריבען א בוך The Better Angels of our Nature ווי ער ווייזט אויף מיט קלארע נומערן אז פערצענטווייל איז דער מאס רציחות און אנדערע בייזוויליגע אקטן בין אדם לחבירו לאין ערוך קלענער היינט ווי פאר הונדרעטער און טויזנטער יארן צוריק.

[11] אורות הקודש חלק ב עמ’ תקמד. אין אנדערע ערטער איז הרב קוק מסביר אז טראץ דעם וואס בדורות הראשונים זענען אמאל געווען גרעסערע יחידים, שטייט דער כלל היינט אין אסאך א גרעסער מדרגה ווי אמאל. זעה א שיינער סיכום בפרטי שיטתו אין דער מאמר פון ירון אדוריאן – בינו שנות דור ודור, כתב עת אסיף ג’ – http://asif.co.il/wpfb-file/1-4-pdf-51/

[12] זעה דער חזון איש און מכתב מאליהו רעפרענסירט אין חלק ג’

[13] לעצטנס איז נפטר געווארען הגאון הגדול ר’ שמואל אוירבאך. אין די הספדים אויף עם האבען עטליכע תלמידים זיינע אנגעצייכנט אז ער האט נישט געהאלטן אז עס איז דא היינט ירידת הדורות , נאר להיפך היינט לערנט מען בעסער פון פריערדיגע דורות און עס איז דא מער ערנסטקייט פון אמאל.

ירידת הדורות 4 תשרי חשוון תשעט