ירידת הדורות מאמר ג:  התפתחות החכמה או מיעוטה

תוכן עניינים

אריינפיר – מענטשען אדער חכמה

כמעט די אלע פארשידענע געדאנקען וואס מיר האבען ביז אהער געזעהן אונטער דער רובריק פון ‘ירידת הדורות’, האבן איין זאך אינאיינעם. זיי אלע רעדן וועגן די מענטשען שבכל דור ודור, און פרעגן אויב איז דער מענטש שוואכער אדער בעסער געווארן  במשך די צייט. צו ווערט ער פיזיש שטערקער אדער שוואכער, אדער גייסטיש אדער עמאציאנאל שוואכער, אדער ווערט ער קלוגער אדער נארישער, אדער פרומער אדער ווייניגער פרום, אדער ווערט ער שוואכער אין כוחות רוחניות ווי נבואה אדער רוח הקודש.

מיר דארפן אבער שטארק מחלק זיין צווישען דעם  און צווישען די שאלה טאמער די חכמה זעלבסט ווערט בעסער אדער שוואכער, מער פארגעשריטען אדער ווייניגער פארגעשריטען. עס קען דאך אוודאי זיין אז א מענטש זאל זיין שוואכער פון א צווייטער מענטש, און טראץ דעם זאל ער קענען לערנען א חכמה וואס איז בעסער און מער פארגעשריטען פון דאס וואס דער קלוגערער האט געלערנט, פשוט ווייל די חכמה וואס ער לערנט האט זיך פארבעסערט אינצווישען. מען קען אויך קלערן אז פארקערט, אז א מענטש זאל זיין בעסער און טראץ דעם זאל זיין חכמה זיין שוואכער, וויבאלד עס איז פארגעסן געווארן די חכמה.

וועלן מיר קודם כל ברענגען די שיטות וואס איך האב געטראפן וואס רעדן טאקע קלאר פון דער שאלה פון דער חכמה זעלבסט, און דערנאך ברענגען די וואס זענען טאקע בפירוש מחלק און זאגען אז דער חכמה איז בעסער געווארן הגם דער מענטש איז שוואכער געווארן. און פראבירען מסביר זיין יעדער שיטה דבר דבור על אופנו.

דרשות הר”ן : די חכמה ווערט שוואכער

מיר האבן שוין געברענגט אין חלק א’ אז ביי די קדמונים איז געווען אנגענומען אזא מושג אז אלע חכמות זענען חכמות מקובלות און נישט חכמות מחודשות. דאס הייסט אז די אלע חכמות וואס מיר האבען זענען נישט אזוינע זאכען וואס מען איז חוקר און מען לערנט כסדר און מען איז מברר, נאר אלע חכמות האט למשל אדם הראשון מקבל געווען פון דער אייבישטער אדער די מלאכים, און האט זיי איבערגעגעבן ווייטער.

טאמער טראכט מען אזוי, לאזט זיך פארשטיין אז אפילו טאמער זאל דער שפעטערדיגער דור זיין א גרעסערער חכם אדער צדיק, איז די חכמה וואס ער באקומט נאכאלץ אזויווי מען שפילט ‘צובראכענע טעלאפאן’. וויבאלד יעדער דור וואס גייט אריבער קומט צו נאך א קייט אין די שרשרת המסירה פון די חכמה, און יעדעס מאל קען צוקומען א שטיקל שכחה, אדער צומישעניש, וכדומה. דער שפעטערדיגע איז אפילו נישט שולדיג אין דעם, ער קען זיין דער גרעסטער צדיק, בלייבט נאכאלץ דער פאקט אז דער חכמה וואס ער איז מקבל איז שוין נישט דער זעלבער וואס דער ערשטער אין דער קייט האט באקומען.

אזוי טרעפן מיר טאקע שרייבט בפירוש דער דרשות הר”ן (דרשה ח), וזה לשונו:

וזאת אצלי הסבה החזקה בהתמעט הנבואה והחכמה דור אחר דור, והעידו עליו חז”ל בעירובין נ”ג, לבן של ראשונים כפתחו של אולם, אם הראשונים כמלאכים אנו בני איש וכו’.

כי ממשה רבינו ע”ה עד עכשיו כל הנביאים והחכמים זה אחר זה כדמות עלול ועלולים, וכמו שיתרחקו מהסבה הראשונה תתמעט מעלתם, כן הענין בחכמים ובנביאים. כי משה רבינו היה עלול בחכמה ובנבואה מהעילה הראשונה, כמו שהעיד פה אל פה אדבר בו, ומפני זה קבל שני השפעים בשלימותם, ויהושע קבלם באמצעות משה, והנביאים באמצעות יהושע כמו שאמרו רז”ל משה קיבל תורה מסיני וכו’, וזה שאמר הכתוב ולא קם נביא עוד בישראל וגו’.

והנה השי”ת לא ימנע טוב להולכים בתמים, אבל זה הענין מחוייב כמו שהוא מתחייב שהמדרגה התחתונה של המלאכים לא תהיה בעוצם השלימות כמו המדרגה הראשונה.

דער ר”ן רעדט דארט ארום דער ענין, אביסעל טיפער און מער יסודות’דיג. ער איז מסביר א פילאסאפישער געדאנק אז דער סדר המציאות איז אז יעדער עלול – דהיינו דער זאך וואס קומט ארויס פון א צווייטער זאך, מוז בטבעו זיין שוואכער במדרגתו פון דער עילה – דהיינו דער משפיע וואס האט עם געמאכט. ווי למשל אז דער ערשטער מלאך וואס דער אייבישטער אליינס האט געמאכט איז אויף א געוואלדיגע מדרגה פון שלימות, אבער דער מלאך -וואס ער רופט אויך שכל- וואס קומט שוין ארויס פון עם איז ווייניגער, וויבאלד ער איז נאך א טרעפל אפגערוקט פון דער בורא.

דער זעלבער איז דער ר”ן מסביר איז בהכרח אז משה רבינו, וואס ער האט מקבל געווען זיין חכמה גלייך פה אל פה פון באשעפער, איז דאס געווען מיט א געוואלדיגע שלימות. אבער די דורות שפעטער ווי מער טרעפלעך עס טרעפט זיך אין דער קייט צווישען זיי און דער באשעפער, איז בהכרח זייער חכמה שוואכער. און ווי ער זאגט, אפילו אז ‘השי”ת לא ימנע טוב להולכים בתמים”, דאס הייסט עס איז נישט זייער שולד, די אחרונים קענען זיין פונקט אזוינע צדיקים מצד מדרגת נפשם, איז דער ענין א הכרח פון דרך הטבע אז דער שפעטערדיגע רינג אין קייט איז שוואכער.

דער חילוק פון תורה און חכמת הטבע

דער ר”ן רעדט לכאורה נאר פון חכמת התורה, וואס איז טאקע במציאות א קייט פון משה רבינו און עס פאסט אויף עם צו זאגען דער ר”ן’ס סברא. וואס איז אבער וועגן אנדערע חכמות, ווי למשל חכמת הרפואה אדער חכמת הפיזיקה, זאגט ער נישט וואס ער טראכט וועגן זיי. אמאל האט מען אפשר אין רוב וועלט אויך געטראכט אז די חכמות הטבע, זענען געווען מערסטנס באוואוסט ביי די קדמונים און ווי שפעטער עס ווערט ווערט די ידיעה אין זיי שוואכער. אין שפעטערדיגע דורות אבער, בעיקר זייט וואס מען רופט דער סייענטיפישע רעבאלאציע, איז געווארען אנגענומען ביי די וועלט אז די ידיעה אין חכמות הטבע ווערט אלץ בעסער און בעסער, און אז אונזער פארשטאנד פון וויאזוי די וועלט ארבעט ווערט אלץ בעסער און בעסער מיט די צייט, ווי מען קען בעסער מברר זיין טעותים וואס פריערדיגע האבען געמאכט און ברענגען ראיות און באווייזונגען פון די מציאות וויאזוי עס ארבעט אלץ פארשטייט מען שוין בעסער דער אמת. הגם קיין שום ידיעה אונזערע איז נאכנישט מושלם, פארשטייט מען אז עס ווערט אלץ בעסער און בעסער. ווי אויך דער טעכניק וואס מענטשען טרעפן אויס וויאזוי זיך צו באנוצען מיט די וועלט און אויסנוצען די כוחות הטבע צו זייער בענעפיט ווערט לכאורה אלץ בעסער און בעסער, ביז אז היינט האבן מיר טעכנאלאגיע וואס די קדמונים וואלטן זיך נישט אפילו גע’חלומ’ט.

דער פאקט אז די ידיעה אין חכמת הטבע ווערט שוואכער איז אן אנגענומענער על פי רוב אפילו ביי די פרומסטע חרדים שלומי אמוני ישראל. און אפילו די גרעסטער מחזיקים פון די ירידת הדורות טעזע זענען רובא דרובא מסכים צו דער פאקט. אזש אז דער מלבי”ם טייטשט דאס גאר אריין אין א פסוק, “דור לדור ישבח מעשיך”, טייטשט דער מלבי”ם אין תהלים אויפ’ן ארט (תהלים קמה, ד), אז יעדער דור פארשטייט בעסער די מעשים פון אייבערשטען, ביז אז יעדער דור זאגט אז דער פריערדיגע דור האט גארנישט פארשטאנען די מעשים פון השי”ת, דהיינו די מציאות הטבע. און דאס איז דער שבח פון חכמות הבורא ווי יעדער מאל פארשטיין מיר גאר בעסער און בעסער. דער זעלבער טרעפן מיר אנדערע אחרונים וואס פרעגן טאקע די קשיא, הייתכן אז די חכמות חיצוניות ווערן אלץ בעסער און בעסער בעוד אין חכמת התורה איז דא ירידת הדורות, און זענען מסביר א חילוק לפי דרכם[1].

מיר פארשטיין אז דער אבזערוואציע פאר זיך ווארפט נאכנישט בהכרח אפ דער ירידת החכמה טעזע, וויבאלד מען קען נאכאלץ מחלק זיין צווישען חכמות ווי חכמת התורה וואס זענען טאקע א קבלה איש מפי איש, ביז חכמת הטבע וואס איז א הבנה אין דער מציאות וואס ווערט אלץ בעסער. דאך ווארפט עס א גרויסער שאטן אויף דער גאנצער ענין, וויבאלד דער מושכל ראשון לגבי חכמה איז באופן כללי שוין נישט אז עס ווערט שוואכער נאר ממש פארקערט. און ברגע וואס דער מושכל ראשון ווען א מענטש טראכט וועגן חכמת הדורות איז דייקא אז עס ווערט בעסער און בעסער פון דור צו דור, פאדערט עס שוין אן עקסטער חידוש אויפצוטוהן אז ניין עס איז גאר דא א ירידת הדורות. אין אנדערע ווערטער איז וויכטיג צו פארשטיין אז דער עצם זאך אז דאס איז א קשיא וואס מען קען אפשר מדחה זיין איז שוין אליינס א ריזיגע שינוי אין די וועג וואס מיר טראכטן היינט וועגן דער סדר הדורות און דער וועג וואס מען האט געטראכט אמאל. דארט ווי אמאל בזמן הראשונים האט א נארמאלער חכם אפילו מחכמי האומות געטראכט אז בפשטות איז די חכמה שוואכער געווארן, און האט געבויט זיין גאנצער חכמה אויף די מסורת פון די פריערדיגע חכמים. טראכט היינט דער חכם פונקט קאפויער, אז די קדמונים וויפיל הערכה ער זאל נאר האבען צו זיי האבען קנאפע פארשטאנען און אז מיר פארשטיין היינט פיל פיל בעסער.

דער שאטן וואס דאס ווארפט איז אזוי שטארק, אז מיר טרעפן טאקע ווי רבי דוד ניטו (דער ליוורנו רב און גאר א באווסטער דרשן און דענקער בימיו, וועם דער חכם צבי באטיטלט אין א באווסטע תשובה “החכם המרומם ונעלה”), אין זיין ספר ‘כוזרי שני’, א ספר על דרך הכוזרי געבויט מיט שאלות און תשובות ‘אמר הכוזרי’, ‘אמר החכם’ צו באווייזען דער ענין פון תורה שבעל פה, ברענגט טאקע דער קשיא און נעמט דאס אן צו זיין ריכטיג (וויכוח שני אות נז, נח)

אמר הכוזרי: קשה לי במאוד מאוד להאמין שכל עוד שהעולם מתיישן והולך דעתן של בני האדם גם כן מתמעט[ת] והולכ[ת]. וזהו דבר שאין הדעת סובלתו והנסיון מכחישו שהרי עינינו הרואות שבחכמי אומות העולם טובה ציפורנן של אחרונים מכריסם של ראשונים.

אמר החבר: מיעוט הלב שאמרו על עצמם האחרונים אינו ממיעוט השכל אלא מרוב הצרות והגזירות והטרדות. אבל המקובלים יפרשו להיפך ואין לנו עכשיו עסק בנסתרות.

דער שטיקל איז א חלק פון א לענגערע שמועס דארט ווי ער איז מסביר דער אמונה בקבלה על דרך ווי מיר האבען מסביר געווען אין חלק ב’ בדעת הרמב”ם, און ווער עסו ועט דארט אריינקוקען דארט וועט זעהן ווי ער צונעמט שיין פארשידענע מאמרי חז”ל וועגן ירידת הדורות און איז מסביר ענליך צו אסאך נקודות וואס מיר האבען אויסגעפירט. על כל פנים זעהן מיר אז ער האט טאקע געהאלטן אז די עליית הדורות אין חכמת האומות איז מחייב אז מיר זאלן אזוי לערנען אויך אין די חכמת התורה, און די אמונה בקבלת רז”ל איז נישט צוליב ווייל זיי זענען געווען קלוגער בעצם נאר ווייל זיי געבן איבער דער תורה פון משה רבינו.

חזון איש: אויך חכמת הטבע ווערט שוואכער

דא קענען מיר זיך נישט מתעלם זיין פון אחד המיוחד בדורות האחרונים, וואס ווי מיר האבען שוין געזעהן אין די פריערדיגע חלקים איז געווען א פייערדיגע אנהענגער פון די ירידת הדורות טעזע. אין זיין ספר אמונה ובטחון איז ער מקדיש א גאנצער פרק (פרק ה’) וועגן ירידת הדורות, און דער עיקר קשיא וואס ער באציט זיך אויף איז טאקע דער קשיא, ווי מיר זעהן בפועל אז די חכמות הטבע ווערן מער און מער פארגעשריטען.

דער חזון איז איז גארנישט נתפעל געווארן פון דער קשיא וואס אלע אנדערע נעמען אן פאר א פאקט, ער רופט אן דער טענה בלויז א חלק פון דמיון וואס איז נישט געבויט אויף שכל. און נעמט אויף זיך צו טענה’ן דער שטוינענדיגע טענה אז ניין, דער חכמת הטבע איז אויך געפאלן פון די חכמה פון די פריערדיגע דורות. רוב פרק איז פארנומען מיט ברענגען פארשידענע ראיות פון די גמרא און ספרי ראשונים ווי מען זעהט לכאורה פארשידענע חכמות וואס זענען געווען בימים הקדמונים וואס זענען נישט באוואוסט היינט.

דער מעטאדע פון מוכיח זיין דער מעמד פון סייענס אין אמאליגע צייטן דורך פראבירען אפצולערנען פארשידענע אנעקדאטן פון ספרי הלכה איז ביי מיר א מדרש פליאה, און עס איז שווער צו גלייבן אז אפילו דער חזון איש האט געטראכט אז דאס איז עפעס א ריכטיגע מעטאדע. ווארום אפילו ווען מיר זאלן אננעמן יעדער איינער פון די מעשיות וואס ער ברענגט כפשוטו ממש, און עס איז אפשר טאקע נישט אפגעפרעגט אז עס האט זיך געמאכט אמאל א דאקטאר מומחה מאד וואס האט געקענט מאכן אן אפעראציע וואס מיר פארשטיין נישט פונקט וויאזוי. שטייט דאס אלעס נישט אפילו אין פארגלייך קעגן דער אומלייקנבארער פאקט אז ביז פאר אפאר הונדרעט יאר צוריק האט דער גרעסטער חכם שבעולם נישט אנגעהויבען צו פארשטיין וויאזוי די פשוט’סטע זאכן ארבעטן. א שטייגער ווי דער מושג פון ג’ערמס, וויאזוי מחלות גיין אריבער פון איינעם צו’ם צווייטען. וואס ווען עס וואלט געווען אמת אז דורות הראשונים האבען דאס געוואוסט וואלט מען געקענט מונע זיין רוב גרויסע מגיפות אין זייערע צייטן גרינגערהייט. אדער די פשוט’ע פאקטן וויאזוי צעלן ארבעטן, וויאזוי אטאמען ארבעטן, וכו’ וכו’ וכו’. הפנים איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען אננעמען דער שיטת החזון איש כפשוטו אויזער טאמער איז ער גאר אומוויסנד אדער אן עקסטרעמער קאנספיראציע טעאריע גלויביגער. אדרבה טאמער קען איינער אפילו צוברענגען איינער וואס איז מסביר דער שווערער שטיקל חזון איש וועל איך עם מכיר טובה זיין.

דאס איז לגבי זיינע ראיות. איך וועל אבער מסכם זיין די עיקר סברות פון דער חזון איש, וויאזוי ער איז מסביר דער גדר פון דער ירידה, און וויאזוי עס איז געווארן. (דאס איז אין אות ב’ פון דער פרק). דער ערשטער זאך זאגט דער חזון איש, אז דאס וואס דער פאקט איז אז היינט קענען מיר זיך אסאך בעסער נוצען מיט טעכנאלאגיע, וואס מיט דעם פאקט איז אפילו פאר עם נישט איינגעפאלן זיך צו דינגען, איז נישט מכריח אז היינט פארשטיין מיר בעסער וויאזוי די וועלט ארבעט. נאר עס קען זיין אז די קדמונים האבען אלץ פארשטאנען וויאזוי מען קען מאכן די אלע זאכן, נאר זיי האבען געהאלטן אז דער עיקר תכלית פון דער מענטש איז זיין א חכם און עוסק זיין אין חכמה. און דאס וואס דורות האחרונים זענען בעיקר פארנומען מיט אויסנוצען די חכמות בפועל ממש מאכען מאשינען וכו’, דאס איז דייקא א ירידה פון זיי אז זיי פארשטיין נישט דאס.

נאכמער פון דעם, קען זיין אז די דורות הראשונים האבען פארשטאנען אז דער שימוש פון די חכמות קען גאר ברענגען צו קלקולים, אז מענטשען וועלן נוצען די חכמות פאר שלעכטע מטרות ווי שפיכות דמים און עבודה זרה, ער ברענגט נישט דער משל אבער מסתמא טראכט ער פון אזא זאך ווי דער אטאם באמבע, וואס עס לייגט זיך אויפ’ן שכל אז עס זאל האבען געווען א חכם וואס האט פארשטאנען וויאזוי דאס צו מאכן און האט זיך בכוונה מונע געווען דערפון וויסענדיג וואסארא חורבן עס קען מאכן. ער ברענגט דער גמרא אין יומא וואס האט משבח געווען בית גרמו און בית אבטינס אז טראץ וואס זיי האבען געוואוסט חכמות האבען זיי דאס נישט אויסגעלערנט ווייטער מחשש אז איינער וועט דינען מיט דעם עבודה זרה. [דאס איז אוודאי א גוטע סברא און קריטיק אויף דער וועג וויאזוי טעכנאלגיע ארבעט היינט, עס איז אבער  בסך הכל א תירוץ אויף צו קענען ווייטער טראכטן ‘אפשר’ האבן די קדמונים געוואוסט דערפון. למעשה אבער איז דער פשוט’ער פאקט אז זיי האבן נישט געוואוסט און המוציא מחבירו עליו הראיה]

דער צווייטער סברא פון דער חזון איש איז אז ‘מדרך הטבע להמציא הרבה ולהשכיח הרבה’. ער טענה’ט אז דער טבע איז אז מער זאכן ווי מיר געדענקן פארגעסן מיר. ממילא טענה’ט ער איז מסתבר אז די קדמונים האבען גאר אויסגעטראפן פארשידענע טעכנאלאגיעס נאר ברבות הזמן איז עס פארגעסן געווארן. און דאס וואס מיר געדענקען נישט אז זיי האבן דאס געטוהן איז נאכנישט קיין באווייז אז זיי האבן עס נישט געוואוסט, נאר עס איז פארגעסן געווארן. ווי קהלת זאגט ‘יש דבר שיאמר ראה זה חדש הוא כבר היה לעולמים.. (און אויב אזוי פארוואס זעהט עס אויס ניי, וויבאלד..) ‘אין זכרון לראשונים’. [דאס איז ווייטער אפשר א תירוץ אבער ווייט נישט קיין הוכחה אז עס זאל האבן יא געווען. צווייטנס, דער סברא אליינס איז מיר בכלל נישט פשוט. מהיכי תיתי אז זאכן זאלן פארגעסן ווערן מער פון וואס מען געדענקט. דאס וואס עס זענען לכאורה דא עטליכע אלטע טעכנאלאגיעס וואס מיר פארשטיין נישט היינט זענען דווקא דער יוצא מן הכלל, נישט דער כלל. און דער סיבה פון זייער פארגעסונג איז על פי רוב א פאקטישע אז דער מדינה איז חרוב געווארן וכדומה. און עס איז נישט אזוי אינטרעסאנט בכלל זיך צו דערמאנען ווייל מיר האט שוין א בעסער טעכנאלאגיע און מען דארף נישט יענער. ווי למשל קיינער דארף נישט היינט וויסען וויאזוי צו בויען א פיראמאדע ווייל מיר האבען שוין מאשינען פאר דעם. דריטנס, אויב איז אמת דער סדר להמציא הרבה ולהשכיח הרבה, שטיין מיר היינט אין א שטוינענד עליית הדורות אין דעם געביט אליינס. ווייל פון דער אנהייב פון דער סייענטיפישע רעוואלאציע איז נאך קיין איין חכמה אדער טעכנאלגיע נישט פארגעסן געווארן. ווידער אויב גלייבען מיר דער חזון איש איז ביז דעמאלטס האט מען געהאלטן אין איין פארגעסן געוואלדיגע חכמות. דאס איז דאך אליינס א געוואלדיגער אויפטוה.]

א דריטע סברא זאגט דער חזון איש, אז דער גאנצער חכמת האחרונים איז געבויט אויף די חכמת הראשונים. אויך אין חכמת הטבע. ער ברענגט א משל אז די פריערדיגע האבן מגלה געווען די אקסיגען און קארבען אין די לופט, און שפעטער בויט מען נאר אויף דעם. לויט דעם טענה’ט ער אז די פריערדיגע זענען געווען פיל קלוגער, וויבאלד זיי האבן אנגעהויבען פון גארנישט און אליינס אויסגעפארשט די יסודות. און די שפעטערדיגע האבן שוין א לייכטערע ארבעט נאר נאכצוגיין די פרטים. [דאס איז אוודאי אמת אין א געוויסער זין, ווי מיר וועלן ווייטער ארומשמועסען דער קאנצעפט פון ‘ננס על גבי ענק’. אבער עס איז נישט קלאר אז דאס מאכט די פריערדיגע פאר קלוגער דווקא. און וואס זאל דער שפעטערדיגע טוהן אז מען ווייסט שוין יסודות. צווייטנס איז בכלל נישט מדויק צו זאגן אז ווי פריער א סייענס איז איז עס מער עוסק אין יסודות. אסאך מאל האבען די פריערדיגע געהאט א טעות אין די פשוט’ע יסודות. און אנדערע מאל האבן זיי בכלל נישט געוואוסט וואס די יסודות וואס אויף זיי זענען געבויט די זאכן וואס זיי האבן געזעהן איז, א שטייגער ווי מאדערנע פיזיקס און ביאלאגיע].

אויב ווילן מיר מסכם זיין, איז דער גאנצער חזון איש א ליסטע פון תירוצים, וואס שטימען דווקא נישט איינעם מיט’ן אנדערען. למשל דער געדאנק אז מען האט פשוט פארגעסן חכמות איז בסתירה מיט דער געדאנק אז די קדמונים האבן בכוונה פארהוילען געוויסע חכמות. און די געדאנק אז די פריערדיגע האבען געגראבען די יסידות פאר די שפעטערדיגע איז גאר ממש א סתירה מיט די ערשטע צוויי סברות. און די אלע דריי סברות אינאיינעם זענען א סתירה מיט דער געדאנק (וואס מיר האבן מסביר געווען אין חלק א’ אלץ דער שורש פון דער געדאנק, און דער חזו”א איז מרמז אין אנפאנג פרק ו) אז אלע חכמות זענען געווען בשלימות ביי אדם הראשון און פון דעמאלטס פארגעסט מען נאר. דארפן מיר בעסער פארשטיין וואס שטופט דער חזון איז אזוי שטארק צו דעם ריזיגער דוחק חידוש. עס דאכט זיך אז דער סיבה איז וואס ער פאנגט אן צו זאגן אין פרק ו, וואס איז נישט גענדיגט, אבער די זעלבע זעהן מיר אין דער בריעף וואס מיר האבן געברענגט אין חלק א’. אז וויבאלד ער בויט זיין גאנצער טעאלאגיע אויף די התגלות נביאית פון די פריערדיגע דורות. און אויף צו קענען גלייבן אין דעם האט ער געמוזט פארשטיין אז יענע דורות זענען געווען פילצאליג בעסער און קלוגער פון אונז אין יעדער הינזיכט. אנדערש האט זיך עם נישט געלייגט אויפ’ן שכל אז די גאנצע תורה זאל זיין געבויט אויף זייער קאפ און השגה ווען מיר האבן אפילו א מעלה אין חכמות חיצוניות איבער זיי. דאס גיט אונז צו פארשטיין ווי וויכטיג דער ירידת הדורות געדאנק קען זיין פאר א געוויסער מהלך אין אידישקייט. מיר האבן שוין אבער מרמז געווען אין חלק ב’ אנדערע מהלכים אויף דער ענין פון ביטול נבואה וואס דארפן נישט אנקומען צו ירידת הדורות.

די חכמה ווערט בעסער: הלכה כבתראי

פון קעגן צו דער שיטה, טרעפן מיר שוין אין תורת הראשונים והגאונים א קעגנדיגער געדאנק. דאס איז דער געדאנק, אז טראץ דאם וואס זיי נעמען אן אז אין עצם גדלות זענען די פריערדיגע טאקע געווען גרעסער. דאך האט די חכמה דווקא א פארקערט תכונה, אז ווי שפעטער עס איז ווערט עס קלארער און מער מבורר.

דער סברא טרעפן מיר שוין אלץ א קבלה פון די גאונים (פאר די מקורות און סיכום הענין זעהט אנציקלופדיה תלמודית כרך ט, ערך הלכה כבתראי). אז ווען מען טרעפט א מחלוקת פון א פריערדיגע מיט א שפעטערדיגע, איז דווקא די הלכה ווי די שפעטערדיגע. מיר טרעפן צוויי טעמים דערפאר. איינס, ווי דער לשון פון תוספות אין קידושין מה עמוד ב’ ד”ה הוה עובדה) “לפי שדקדקו יותר מן הראשונים להעמיד הלכה על בוריה”. פשוט און קלאר, אז די שפעטערדיגע האבן בעסער און קלארער געלערנט. א צווייטער טעם  זאגט דער רא”ש (סנהדרין פרק ד’ סימן ו’) וויבאלד די שפעטערדיגע האבן דאך געוואוסט אויך דער טעם און סברא פון די פריערדיגע, און האבן זיך גערעכנט מיט דעם, ממילא איז זייער הכרעה בעסער פשוט ווייל דער אחרון ווייסט דער סברא פון דער ראשון און דער ראשון ווייסט נישט דער סברא פון דער אחרון. עס קען זיין אז דער צווייטער טעם איז דער סיבה פון דער ערשטער טעם. דהיינו נישט סתם שפעטער האט מען אנגעהויבען בעסער לערנען. נאר דאס איז טאקע צוליב דער טבע אז איין מענטש טראכט קיינמאל נישט אליינס פון אלע צדדים פון אן ענין, איז דער ערשטער טראכט איין צד, שפעטער קומט א צווייטער און טראכט א צווייטער צד, ווייסט מען שוין צוויי צדדים. א דריטער קומט שפעטער און טראכט נאך א סברא, ווייסט מען שוין דריי סברות. ממילא דער טבע איז אז ווי שפעטער האט מען אלץ מער אינפארמאציע און מער סברות און דער הכרעה פון דער אחרון צווישען אלע סברות טראגט מער וואג ווי דער ראשון וואס האט נאר געהאט זיין אייגענע סברא.

דער יסוד קענען מיר שוין זעהן אין די גמרא ווי זי פרעגט (חולין ז ע”א) ווי קען זיין אז יהושפט האט געטראפן עבודה זרה מבער צו זיין “אפשר בא אסא ולא ביערן וכו'”, עס זענען דאך שוין געווען פאר עם מלכים צדיקים וואס האבען מבער געווען אלע עבודה זרה. נאר “מקום הניחו לו אבותיו להתגדר”. פירט אויס די גמרא פון דעם “מכאן לתלמיד חכם שאמר דבר הלכה שאין מזיחים אותו, מקום הניחו לו להתגדר”. פון דעם לערנט מען אז א תלמיד חכם וואס זאגט א נייער חידוש אפילו אז די פריערדיגע האבן דאס נישט געוואוסט, זאל מען נישט מזלזל זיין אין דעם, ווייל מקום הניחו לו. דער פשט פון דעם איז לכאורה פשוט ווי מיר רעדן, אז עס איז נישט במציאות אז איין מענטש זאל טראכטן פון אלעס, עס בלייבט אלץ בהכרח נאך צדדים און סברות וואס די שפעטערדיגע זאלן טראכטן. און דאס גיט א מעלה פאר די אחרונים איבער די ראשונים.

אזוי איז דער רדב”ז (שו”ת רדב”ז חלק ח’ סימן קמ”א) אויך מסביר דער כלל פון הלכה כבתראי, רעדנדיג פון א מחלוקת וואס ער האט מיט א פריערדיגע חכם, זאגט ער עס מוז זיין אז מען מעג זיך דינגען אויף פריערדיגע:

דאי לא תימא הכי לא הנחת מקום לאחד מן האחרונים שיתחדש שום חדוש ולא שום דקדוק לא סברא ולא גמרא. שנאמר לו אם אמת כאשר אתה אומר הראשונים היו מזכירין אותו, וזה אינו שאין הידיעה שלימה אלא למי שהשלמות שלו יתברך, וכיוצא בזה כתב רבינו אברהם ז”ל בחבורו כפיית אל עבדין, והעלה שאפילו המנהג שנהגו שנים רבות ונעשה בפני גדולים בעלי הוראה מבטלין ליה על ידי ראיות מהכתוב או מדברי רז”ל או מהשערה שכלית, לפי שראו האחרונים מה שלא ראו הראשונים ואין זה גרעון וחסרון בחוקם ולא הוצאת לעז עליהם חס ושלום, אלא לפי שהאחרונים ראו דברי הראשונים יבנו עליהם ויחדשו חדושים, והיינו דאמרינן הלכתא כבתראי41 אף על גב דאז”ל [יומא ט’ ע”ב] צפרניהם של ראשונים גדולה מכרסם של אחרונים, וכתבו בתוס’ [קידושין מ”ה ע”ב ד”ה הוה] טעם לפי שדקדקו יותר מהראשונים להעמיד הלכה על בוריה ע”כ. תדע שהרי כל הגאונים האחרונים השיגו על אותם שקדמו להם וכן בכל דור ודור, ואין בזה גרעון בחכמת הראשונים.

זעהן מיר אז אפילו אין חכמת התורה בהלכה איז דא א פארקערטע מושג, אז אפילו טאמער די מענטשען ווערן אפשר קלענער, ווערט די חכמה אלץ קלארער און קלארער. און דער תלמיד חכם וואס לערנט די תורה אין א שפעטערדיגע דור פארשטייט די הלכה בעסער פון די פריערדיגע וויבאלד ער האט שוין אויסגעבויט פאר זיך די אלע סברות פון אלע פריערדיגע. אין אנדער ווערטער די תורה ווערט דווקא בעסער און קלארער ווי שפעטער א דור[2].

תשובות הרי”ד: כננס על גבי ענק

נאך א ביטוי פון דער געדאנק טרעפן מיר אין דער תשובות הרי”ד, פון די פריערדיגע ראשונים. דער רי”ד דינגט זיך דארט שטארק אויף א הלכה פון דער רי”ף, און פארענטפערט זיך פון די טענה ווי קען ער זיך דינגען אויף זיי. זאגט ער אזוי. (תשובות הרי”ד סימן ס”ב)

אני דן בעצמי משל הפילוסופים שמעתי מחכמי הפילוסופים – שאלו לגדול שבהם ואמרו לו: “הלא אנחנו מודים שהראשונים חכמו והשכילו יותר ממנו, והלא אנחנו מודים שאנו מדברים עליהם וסותרים דבריהם בהרבה מקומות, והאמת אתנו. היאך יכון הדבר הזה?!”

השיבם אמר להם: “מי צופה למרחוק, הננס או הענק? הוי אומר – הענק, שעיניו עומדות במקום גבוה יותר מן הננס. ואם תרכיב הננס על צוארי הענק, מי צופה יותר למרחוק? הוי אומר – הננס, שעיניו גבוהות עכשיו יותר מעיני הענק. כך אנחנו – ננסים רוכבים על צוארי הענקים, מפני שראינו חכמתם ואנו מעניקים עליה, ומכח חכמתם חכמנו לומר כל מה שאנו אומרים. ולא שאנו גדולים מהם”

דער משל וואס ער ברענגט איז א המחשה אויף דער יסוד, אז הגם די מענטשען ווערן אפשר קלענער, ווערט די חכמה אלץ בעסער, וויבאלד די חכמה בויט זיך אויף איינס אויף די צווייטער. און דער אחרון הגם ער אליינס איז א ננס, זעהט ער דווקא בעסער פון דער ענק אויף וועמען’ס אקסלן ער שטייט. דער משל בשם חכמי הפילוסופים איז געווען טאקע נפוץ ביי די חכמי האומות אין דער געגנט און תקופה פון דער רי”ד, און ווערט דער ערשטער מיוחס צו איין פילאסאף בערנארד פון שארטר אין פראנקרייך. דער משל ווערט באנוצט ביז היינט צו מסביר זיין דער התפתחות פון די חכמות און איז נאך מער פאפולזירט געווארן בדורות האחרונים דורך אייזיק ניוטון.

‘יפתחון תרעין דחכמתא – בכל סוגי החכמה’

אויב אזוי, פארשטיין מיר אז עס איז נישטא בעצם קיין חילוק צווישען די חכמת התורה און חכמת הטבע. און קושיא מעיקרא ליתא. אמת אז דער מקור און דער סיבה פארוואס מיר האלטן די תורה איז צוליב איר התחלה אין מעמד הר סיני. אבער לגבי לערנען און פארשטיין די תורה, די הלכה און די נסתר דערפון, ווערט דאס טאקע בעסער און בעסער מדור לדור. און מיר זעהן דאס טאקע אפילו אין הלכה אין דער כלל פון הלכה כבתראי.

מען קען דאס זעהן אויך אין די התפתחות פון לומדות און הבנה פון סוגיות אין נגלה. וואס אויב אין די גמרא טרעפן מיר כמעט נישט קלאר קיין דיון אין סברות וואס מיר פארשטיין, זעהן מיר בזמן הראשונים אביסל מער קלאר געמאכט יסודות הדברים און זייער סברא, נאכמער בזמן האחרונים, און ביז היינט ממש מיט די התפתחות פון די ישיבה’שע און אנדערע מהלכים צו לערנען, וואס עס זעהט יעדער איינער אז איינער וואס לערנט גוט מיט דער נייער דרך הלימוד פארשטייט לאין ערוך בעסער און קלארער דער גמרא ווי מען האט געלערנט אין פריערדיגע דורות. דא קענען מיר זעהן קלאר פאר אונזערע אויגען די עליית הדורות פון די חכמת התורה כננס על גבי ענק.

נאך שטערקער פון וויאזוי מיר זעהן דאס אין די הלכה זעהן מיר דאס אין חכמת הנסתר, וואס איז דער פנימיות פון טעמי התורה. אויב אין הלכה צו דער זייט פון דער כלל הלכה כבתראי הערשט נאכאלץ דער כלל אם הראשונים כמלאכים וכו’, איז אין נסתר כמעט קלאר ביי אלע מקובלים אז דווקא אין די שפעטערדיגע דורות ווייסט מען און פארשטייט מען מער און בעסער די סודות התורה. אויף די קבלה’דיגע שפראך הייסט דאס אז עס ווערט מער און מער נתגלה די פנימיות התורה ווי מער די צייט גייט אדורך.

שוין אין זוהר זעהט מען ווי ער רעדט פון דעם אז ‘בדרא בתראה יתגלה’, אין דער לעצטער דור, וועט מער נתגלה זיין טעמי תורה ווי עס איז געווען פריער. גאר א באווסטער שטיקל זוהר איז דא אין פרשת נח, ווי דער זוהר דרש’נט אויף דער פסוק ‘בשנת שש מאות שנה לחיי נח נפתחו ארובות השמים’, אז דאס מיינט אז אין שנת ת”ר לאלף השישי וועט זיך עפענן תרעין דחכמתא, די טויערן פון חכמה. דאס הייסט דווקא אין דער שפעטערדיגע זמן וועט זיך עפענען דער טויער פון חכמה מער פון פריער. על פי פשט ווי מיר רעדן איז דאס נישט דווקא א נבואה נאר דאס איז פשוט דער תהליך בדרך הטבע אז עס ווערט מער און מער קלאר און אפן די חכמה.

דער רמ”ק אויפן ארט איז שוין מדייק אין דער זוהר אז דאס איז כולל סיי חכמות חיצוניות און סיי חכמת התורה און חכמת הסוד. פון דעם האבן פארשידענע אחרונים שוין מקשר געווען אז דער גרויסער ריבוי פון התחדשות אין חכמות חיצוניות בדורת אחרונים האבען אויך צוטוהן מיט דער זעלבער פתיחה פון שערי החכמה.[ואכ”מ לברר כל הצדדים והנוסחאות בזה, ועוד חזון למועד].

איינער פון די שטערקסטע און קלארסטע הסברים אין דעם טרעפן מיר אין ספר לשם שבו ואחלמה (ספר הדע”ה חלק א – דרוש ה סימן ג  אות ד). דער לשם באציט זיך צו א קשיא, אז מיר טרעפן אסאך גרויסע סתירות אין דער ענין פון סודות התורה. אמאל שטייט אז מען טאר עס בכלל נישט פארציילען. אמאל שטייט אז מען טאר נאר ביז א געוויסע מדרגה. אמאל שטייט אז מען טאר נאר ביז אנדערע מדרגה. איז דער לשם מסביר אז עס איז נישט שווער, אלעס איז אלעס תלוי ווען מען האט דאס געזאגט. אין פריערדיגע דורות וואס דער וועלט איז נאך געווען אויף א קלענערע מדרגה, האט מען נאר געקענט מסביר זיין אזא מדרגה פון דער סוד. ווי שפעטער וואס דער וועלט איז נתעלה געווארען מער און מען פארשטייט שוין בעסער, האט מען זיך שוין געקענט ערלויבען צו מסביר זיין נאך טיפערע און טיפערע סודות.

[דא הייבן מיר שוין אן צו זעהן אז ער האלט אז עס איז דא אן עליה אין דער עצם מדרגה פון די מענטשען אויך, נישט נאר אין די התפתחות החכמה. עס איז שוין נישט געבליבען קיין פלאץ אין דער חלק דאס צו שמועסען, וועט דאס מוזען בלייבען אויף חלק ד’] לעניינו פארשטיין מיר דאס אויף דער זעלבער אופן. אז די הבנה פון די סודות התורה ווערט אלץ בעסער און בעסער, וויבאלד יעדער דור בויט זיך אויף אלע פריערדיגע. ממילא א זאך וואס בזמן המשנה למשל איז געווען א גרויסער סוד ווייסט דאס היינט יעדער חדר יונגל, און יעדער וואס וויל דאס לערנען קען דאס גרינג פארשטיין. און אזוי במשך די דורות זעהן מיר אז יעדעס מאל דאס וואס איז אמאל געווען נעלם און שווער צו פארשטיין ווערט אלץ גרינגער צו פארשטיין, דער אריז”ל האט מסביר געווען מער פון דער זוהר און דער בעש”ט מער פון דער אריז”ל און אזוי ווייטער. דאס אלץ איז פשוט ווייל דער חכמת התורה פונקט ווי חכמות העולם ווערט אלץ בעסער און בעסער.

[1] איך האב געהערט נאכזאגען פון תפארת ישראל,

הרב דסלר אין מכתב מאליהו חלק ה עמוד רעג זאגט אז ‘שוטים’ פרעגן דער קשיא, און ער פארענטפערט אז היא הנותנת, ווי מער די רוחניות ווערט שוואכער ווערט די גשמיות און חכמות גשמיות שטערקער. נאך א זאך זעהט ער דייקא יא א מעלה אין די התפתחות פון חכמת הטבע וואס אין דעם זעהט מען טאקע חכמת הבורא און דאס וייזט קלארער פאר די שוואכערע דורות די חכמה פון כביכול.

[2] עס איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז דער כלל פון הלכה כבתראי בויט זיך אויף אן אנדערע יסוד פון דער רמב”ם וואס מיר האבן געברענגט אין חלק ב’ אז אין לך אלא שופט שבימיך. דער רמב”ם רעדט אז דער הלכה איז ווי דער היינטיגער אפילו ווען מיר זאלן וויסען קלאר אז ער לערנט שוואכער ווי דער פריערדיגע. ווייל אין לך אלא שופט שבימיך. דער כלל פון די גאונים אז הלכה כבתראי זאגט דייקא אז דער סיבה איז ווייל די אחרונים קענען טאקע בעסער לערנען. דהיינו עס איז נישט קיין כלל פון סמכות נאר דייקא א כלל פון הכרעה בעצם הענין.

ירידת הדורות ג זומער תשעח