ירידת הדורות – דער מושג, די מקורות און דער באדייט: מאמר א’ – דער וועקער שבט אדר תשע”ח

תוכן עניינים

אריינפיר: פיר קשיות

א. דער געדאנק פון “ירידת הדורות” איז מסתמא איינער פון די מערסט באנוצטע פראזן ביי ארטאדאקסישע און חרדישע דענקער. אזוי ווייט אז מאנכע טענה’ן אז דאס איז גאר “דער פערצנטער עיקר” פון דער ווערסיע פון אידישקייט וואס רופט זיך ארטאדאקסיע, און מער בפרטות די וואס רופן זיך חרדים. פילע געדאנקען, אדער מער קלארער פילע ‘עטיטודס’, וואס באהערשן דעם וועג וויאזוי אט די טייל פונעם אידישן פאלק טראכט און לעבט זיין אידישקייט און בכלל, זענען דאס מערסטע פארשטענדליך ווען מען פארשטייט זיי ווי א פועל יוצא פון דעם געדאנק פון “ירידת הדורות”. 

דער ערשטער פראבלעם אין וועלכן מיר שטויסן זיך אן ווען מיר ווילן רעדן און פארשן וועגן דעם, איז נישט נאר אז עס ווערט קיינמאל נישט אויסגעקלערט אויב “ירידת הדורות” איז אמת אדער נישט – און מהיכי תיתי אז עס איז אמת – ווייסט קיינער נישט אפילו פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער דארף צו מיינען. דער געדאנק ווערט באנוצט צו מיינען אזוינע פארשידנארטיגע זאכן וואס אפט מאל גאר ווייט איינס פון צווייטן. צום ביישפיל, די טענה אז מענטשן זענען פיזיש קלענער און שוואכער היינט ווי אמאל און וועגן דעם זענען די שיעורים פון אגודל און כביצה אנדערש, אדער אז וועגן דעם דארף מען מער מקיל זיין אין תעניתים, ביז דער טענה אז מענטשן היינט זענען ווייניגער ערליך ווי “אמאל”, און האבן ווייניגער יראת שמים אדער אמונה, אדער אז די נפשות זענען שוואכער און מען קען נישט פאדערן מדריגות וואס מען האט געפאדערט אמאל (אדער אז היות מ’איז שוואכער, דארף מען פאדערן מער מדריגות ווי אמאל) – און פארשידענע אנדערע טעאלאגישע אדער היסטארישע טענות אינדערמיט, ווי אז יעדער דור וואס מען ווערט ווייטער פון מתן תורה, אדער פון אדם הראשון, ווערט די ידיעת התורה שוואכער.

די אומקלארקייט אין דעם ענין ברענגט שווערע צעמישענישן ווען מיר ווילן אפשאצן דעת תורה אין לויף פון די דורות, און קיינער איז נישט באמת קלאר וויאזוי צו נוצן דעם ענין פון ירידת הדורות. איין ביישפיל: אויב פריערדיגע דורות זענען אייביג געווען העכער און חשוב’ער פון שפעטערדיגע דורות, איז דער רמב”ם געווען גרעסער פון דעם בעש”ט, און דערפאר האט דער בעש”ט זיך לכאורה נישט געמעגט קריגן אויפ’ן רמב”ם? געוויסע פרובירן זיך ארויסצודרייען פון דעם פראבלעם מיט’ן זאגן אז לעולם איז טאקע דער רמב”ם געווען גרעסער, נאר דער בעש”ט האט זוכה געווען צו א באזונדערער הארה מן השמים וואס דער רמב”ם האט צו דעם נישט זוכה געווען. דער פראבלעם איז נאר אז דאס ברענגט אונטער דעם גאנצן מושג פון ירידת הדורות, ווייל אויב קען א מענטש פון א שפעטערדיגן דור זוכה זיין צו א הארה מן השמים צו וואס די פריערדיגע האבן נישט זוכה געווען, קען מען דאך אייביג חולק זיין אויף פריערדיגע מיט דער טענה אז די פריערדיגע האבן נישט זוכה געווען פון הימל צו פארשטיין א ספעציפישן אספעקט פון תורה וואס א שפעטערדיגער האט יא משיג געווען. אזוי ווייטער זענען פאראן פארשידענע מבוכות און חקירות וואס זענען דא אין דעם ענין.

די ערשטע זאך וואס מען דארף מסביר זיין ווען מען רעדט פון “ירידת הדורות” איז צו פארשטיין בעסער וואס דער געדאנק מיינט בעצם, וואס איז דער שורש און וואס איז דער ענף, און פון וואספארא תפיסה באופן כללי שפראצט עס ארויס. און דאס איז די ערשטע קשיא וואס איך האף צו פארענטפערן דא. אפילו אויב עס איז נישט מעגליך אין די ראמען פון אן ארטיקל, אדער בכלל, ארויסצוקומען מיט א קלארקייט וועגן אזא סארט זאך, האף איך מציע צו זיין עטליכע מהלכים אין דעם עצם געדאנק אז מען זאל קענען פארשטיין בעסער וואס עס איז, און ווייזן ווי עס קען מיינען פארשידענע אנדערע זאכן, וואס יעדער געדאנק האט זיין אייגענע היסטאריע און תוצאות. 

ב. פונקט ווי דער עצם געדאנק פון “ירידת הדורות”, וואס עס מיינט און וויאזוי עס דארף צו ארבעטן, ליידט פון א גרויסער צומישעניש, אזוי ווערט די תקופה, אדער תקופות, פון וואס מען רעדט קיינמאל נישט אויסגעקלארט. ווען מען זאגט “היינט איז ערגער פון אמאל,” דארף מען דאך וויסן ווען איז דער היינט און ווען איז דער אמאל. איז דאס ווי א געזעץ אין דעם מציאות אז יעדער דור מוז זיין ערגער פון דעם וואס קומט פאר אים, און לויט דעם איז דא ממש א עקספאנענציאלע ירידה ווי עס ווערט אלץ נאר ערגער און ערגער פון דור צו דור, אדער רעדט מען נאר פון א יחס פון געוויסע צוויי תקופות אדער דורות מער בכלליות איינער צום צווייטן, ווי זמן הבית צו לאחר החורבן, אדער תנאים צו אמוראים אדער ראשונים צו אחרונים. 

עס קען אויך זיין אז אין געוויסע תקופות איז דא א ירידת הדורות אין געוויסע נושאים, ווי למשל א געוויסע תקופה האט א ירידה אין רוחניות, און אין אן אנדערער תקופה ווערט עס גאר בעסער. עס קען אויך זיין אז אין דער זעלבער צייט וואס עס קומט פאר אן עליה אין אינטעלעקט, צום ביישפיל, קומט פאר א ירידה אין רוחניות. אדער אמאל פארקערט. עס איז דאך נישטא קיין הכרח אז “אלעס” איז “אלעמאל” “היינט” ערגער פון “אמאל“. עס קען דאך זיין אן א שיעור חילוקים אין יעדן פון די ווערטער, געוואנדן פון וואס מען רעדט, ווען דער היינט איז, ווען דער אמאל איז, און פון וועלכער צוויי תקופות מען רעדט בכלל.

איך האף אין דעם ארטיקל אויסקלארן אביסל לגבי געוויסע געדאנקען ווען זיי זענען געזאגט געווארן, און וויאזוי דאס וואס זיי זענען אמת לשעתם, מאכט זיי נאכנישט פאר א געזעץ אז אלעמאל מוז אזוי זיין. און אזוי אויך קלאר צו מאכן פון וועלכער נושא עס רעדט זיך ווען עס רעדט זיך געוויסע אספעקטן פון ירידה. איך זאג נישט אז אלעס וועט מוסבר ווערן נאכדעם, אבער מען וועט ארויסגיין מיט געוויסע כללים פון חילוקים וואס קענען לכאורה העלפן אויף מסביר זיין כמה וכמה סתירות און חילוקים וואס מען וועט זיך באגעגענען מיט זיי אין דעם ענין.

ג. נאך א זאך וואס מען דארף פרעגן, אזויווי ביי יעדער געדאנק וואס ווערט איינגעווארצלט אין דער תפיסה פון א געמיינדע, איז וואס טוט דער געדאנק פאר די מענטשן, און וואספארא נפקא מינה מאכט עס למעשה אין דעם לעבן און שאפן פון די וואס גלייבן דערין, אדער די וואס גלייבן פארקערט. עס איז דאך נישט אינטערעסאנט צו פארשן סתם א געדאנק וויפיל מלאכים קענען טאנצן אויף דעם עק פון א נאדל, וואס איז נישט נוגע צו קיינעם נישט, אבער ווען א געדאנק באקומט א פלאץ פון חשיבות ביי מענטשן, און ווערט פאררעכנט אלס א הייליגער יסוד, אדער כמעט ווי אן עיקר, איז וויכטיג צו פרעגן וועמען אדער וועלכע אנדערע געדאנקען באדינט דער געדאנק, וועמען שטיצט עס און וועמען שטערט עס, און וועלכע אנדערע געדאנקען זענען תלוי אין דעם געדאנק און דארפן דאס האבן אלס אן עיקר אדער שורש וואס טאמער פאלט אוועק דער געדאנק פאלן זיי אויך.

פאר דער סיבה איז מיר זייער וויכטיג צו ווייזן סיי דער תועלת און סיי דער נזק פון די געדאנקען, און פראבירן קלאר צו מאכן וואס די אמונה אדער געדאנק טוט פאר אונז, און וויאזוי דורך קלארער מאכן וואס דאס מיינט און וואס דאס מיינט נישט, און געבן אן אנדערע פערספעקטיוו אין דער נושא, קען ארויסקומען א געוואלדיגע תועלת בפועל ממש אין תורה און אין אידישן לעבן בכלל.

ד. א באזונדערע זאך וואס איז זייער וויכטיג און אינטערעסאנט ווען מען רעדט צווישן אידן פון א געדאנק, איז וואס זענען די מקורות פון דעם געדאנק אין דער תורה. שטייט עס אין א פסוק, איז עס א משנה אדער א גמרא, איז עס אן עיקר אין אמונה פון די ראשונים וואס רעדן פון עיקרים, איז אפשר דא א מחלוקת אין דעם, וואס זענען די פארשידענע צדדים וואס באהערשן די מחלוקת, וויאזוי טוישט זיך אדער נישט דער געדאנק במשך די דורות אין די אידישע מקורות? אין אנדערע ווערטער, מען דארף דאס אפלערנען פונקט ווי מען לערנט יעדע אנדערע סוגיא אין דער תורה, פארשטיין די פארשידענע צדדים, וואס זענען די מקורות אדער ראיות צו יעדן צד, און וואס איז די הכרעה אין די שפעטערדיגע דורות, נושא ונותן זיין כדרכה של תורה.

עס זענען טאקע דא פילע מקורות אויף פארשידענע צדדים פון דער סוגיא, און עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט דאס צו באשרייבן מתחילה ועד סוף מיט אלע מקורות פון חז”ל ראשונים ואחרונים. עס איז אבער נישטא קיין פלאץ אין די ראמען פון אן ארטיקל דאס צו טון, ועוד חזון למועד. איך וועל אבער פראבירן אנצומערקן די עיקר מאמרים וואס זענען שורשים אין דער נושא, פראבירן צו געבן עטליכע כללים און הגדרות וואס קענען מסביר זיין אסאך מאמרים, און מדגיש זיין עטליכע מאמרים וואס זענען ווייניגער ידוע און באלייכטן אנדערע צדדים אין דער נושא וואס זענען ווייניגער באקאנט.

היסטאריאזאפיע

רצוני לעמוד על חלוקת הדורות שראה הבורא ית’ כי טוב ואמרו חז”ל שהראה הקב”ה לאדם הראשון דור דור. מזה יש לנו אישור למציאותו של שם דור והוא גוף מוצק של פרקים וכל איש הוא אבר מאברי הגוף חיים חיים משותף בנשמה משותפת.

משוכנע אני כי העולם סתום כחידה אשר אנו מתגלגלים בו מספר שנים. הוא נברא מכח ספון שאי אפשר ליצור להשיגו. וכי יש כח נבואי הקושר נימין בין נשמת האדם לרצונו של הממציא. וכי היו זמנים שמחים ומאירים דורות מזהירים שזכו לכך, וכי האנושיות עתידה לחזור לאושר ההוא. והבינתיים של החיים זכו לשלל של הדורות הספורים הוא שיור התורה שבידינו.

(קובץ אגרות חזון איש סימן ז)

דער חזון איש האט דא מיט זיין געטליכער אינטואיציע ארויסגעשריבן דאס גאנצע וואס ליגט הינטער דעם מושג פון ירידת הדורות. און אונז געוויזן די ריכטונג אין וועלכער צו קוקן, און אויף וועלכער גרונד עס שטייט די גאנצע געביידע וואס ער בויט ארויף אויף דעם. צום ערשט דארף ער אוועקשטעלן אז עס עקזיסטירט אזא זאך ווי א “דור”. איך געדענק וואספארא וואונדער עס איז מיר געווען דאס ערשטע מאל איך האב געליינט דער שטיקל, און וואספארא מהפכה דאס מאכט אין דעם גאנצן וועג פון טראכטן נאכדעם וואס מען קומט צו דער הכרה אז דאס פעלט אויס. ווי דאס וואס איז מיר געווען א פשיטות (“אוודאי זענען פאראן דורות!”), ווערט געלייגט הינטער א פראגע-צייכן, און מיר דארפן אן אישור פון א מאמר חז”ל צו זאגן אז דאס עקזיסטירט. און נאר נאכדעם וואס מיר האבן דעם אישור קענען מיר ממשיך זיין און קלערן וואס דער עקזיסטענץ פון “דור” באדייט, און ווי פון דעם בויט זיך דער קייט פון דור דור דורשיו, און דער חושך אין וועלכן דער חזון איש זעט דעם היינטיגן דור ליגן. 

אויף דאס טאקע צו פארשטיין לאמיר זיך באקאנט מאכן מיט א נייעם ווארט. דאס ווארט איז “היסטאריאזאפיע”. דאס באדייט פון דעם איז עס איז פאראן “היסטאריע”, וואס דאס באדייט די אלע פאקטן, געשעענישן, מענטשן און ארטן וואס האבן פאסירט אין דער פארגאנגנהייט. דאס גיט אונז אבער נאכנישט די “היסטאריאזאפיע”, אדער “פילאזאפיע פון היסטאריע”, דאס מיינט דער חלק פון חכמה וואס פראבירט צו זאגן א פשט אין דער היסטאריע. דאס איז די חכמה וואס נעמט די פילצאליגע פרטים פון היסטאריע – דער מענטש איז געווען און האט געטון אזוי און אזוי, און יענער איז געווען און האט געטון אזוי און אזוי – און מאכט פון זיי איין מעשה, און גיט אויך דערצו א פשט וואס האט געברענגט אז די מעשה זאל האבן געשען, און פראבירט צו געפינען א באדייט, אדער “פּעטערן”, וואס איז מסביר מער פון דער ספעציפישער פאסירונג – די סיבה פארוואס עס איז געשען, און דער באדייט דערפון. 

למשל, אז די רוימישער אימפעריע האט עקזיסטירט פון דעם ביז יענעם יאר, און אז איר ליסטע פון קיסרים גייט אזוי און אזוי, און אז דער האט געוואונען יענע מלחמה, אא”וו, דאס אלעס זענען פאקטן פון היסטאריע. עס קענען אמאל זיין אין זיי ספיקות אדער חילוקי דעות – איז דער קיסר געווען פאר יענעם קיסר אדער פארקערט? אבער דאס איז נאר א קליינער מחלוקת אין א פאקט וואס ווען מען האט גוטע ראיות לכאן או לכאן איז גרינג מכריע צו זיין. ווידער צו דערציילן א מעשה אז פון א געוויסער יאר איז דער רוימישער אימפעריע געגאנגען בארג אראפ, און יעדער קיסר איז געווען ערגער פון דער פריערדיגע, און צום סוף איז די אימפעריע אונטערגעגאנגען וועגן דעם, דאס איז שוין “היסטאריאזאפיע”. דא רעדט מען שוין נישט אזוי ווייט פון פאקטן ווי פון מיינונגען. אמת, די מיינונגען זענען באזירט אויף פאקטן, אבער דא האלט מען ביי אסאך מער א שפעקולאטיווע זאך ווי אין די פאקטן, און עס איז דא אסאך מער וואס זיך צו דינגען און ברענגען אנדערע פאקטן וואס פון זיי קען מען מעגליך בויען אן אנדערע מעשה. למשל, אפשר איז די אימפעריע בכלל נישט געפאלן נאר אירע שונאים זענען שטערקער געווארן, און די אלע פרטים וואס ווייזן אויף א ירידה זענען אלעמאל דארט געווען און נישט זיי זענען געווען דער פראבלעם. נאך מער פון דעם, טאמער זאגט איינער אז די סיבה פון דער אונטערגאנג פון דער רוימישער אימפעריע איז, צום ביישפיל, אז עס איז געווארן צו אינדיווידואליסטיש, און די מענטשן האבן דעריבער צוביסלעך פארלוירן די געטריישאפט צו דער אימפעריע, און ער באשולדיגט א געוויסן געדאנק וואס האט געברענגט צו דעם, דאן רעדט מען שוין זיכער פון היסטאריאזאפיע און נישט פון היסטאריע. און דאס איז שוין גאנץ א סוביעקטיווע זאך אויף וואס א צווייטער קען קומען און זאגן א פארקערטע סברא.

צוריק צו אונזער רעדע פון ירידת הדורות, ווען מען רעדט פון דעם כלליות’דיגן מושג פון ירידת הדורות, רעדט מען אינגאנצן פון א מיינונג און א נאראטיוו וואס קומט מסביר צו זיין א ריזיגע צאל פאקטן במשך א ריזיגן סכום פון צייט, מיט איין גרויסן פרינציפ “שהדורות מתמעטים והולכים.” עס פארשטייט זיך אליין אז אזא באהויפטונג, אפילו ווען מען זאל וויסן אלע פאקטן, איז א מיינונג איבער די אלע פאקטן – א מיינונג וואס קוקט אויף געוויסע פאקטן און איז זיי דן ווי א ירידה, און קוקט אוועק אויף אנדערע פאקטן אדער איז זיי מסביר אלס א חלק פון דער ירידה, כאטש מען קען קוקן מיט אן אנדערן בליק און ווייזן דווקא אן עליה, אדער אז אלעס בלייבט דאס זעלבע, און מסביר זיין אלע פאקטן לויט דעם. 

דאס איז אלץ אפילו ווען מיר וואלטן געוואוסט אלע פאקטן פון היסטאריע. עס איז אבער כמעט אוממעגליך צו וויסן און פארשטיין דעם עבר. כל זמן מען האט נישט קיין צייט-מאשינקע, איז אלעס וואס מיר ווייסן איבער דעם עבר מפי הכתב, אדער פון אנדערע סיפורים און ראיות וואס די פריערדיגע דורות האבן אונז איבערגעלאזט. ווי דאס ווערטל לויטעט, “דער עבר איז א פרעמדע מדינה, מען טוט זאכן אנדערש דארט.” אפילו ווען מיר זאלן יא קענען פארן מיט א צייט-מאשין און וויסן אויף זיכער וואס עס איז געשען, איז זייער שווער פאר מענטשן פון איין דור צו פארשטיין די מענטשן פון אן אנדערן דור, וואס רעדן אן אנדערע שפראך, טראכטן אן אנדערן וועג, און אלעס וואס זיי טוען איז פרעמד צו אונז. צוליב דעם איז יעדער צושטעל וואס מען וועט צושטעלן א היינטיגן דור (וואס מיר קענען) מיט א פריערדיגן דור (וואס מיר האבן נאר געהערט דערוועגן) גאר צווייפלהאפטיג, און וועט בהכרח זיין קאלירט פון די הנחות וואס מיר האבן איבער דעם היינט און איבער דעם אמאל. און כל זמן מיר זענען אליין א חלק פון דעם דור וואס מיר פארגלייכן צו א צווייטן, איז אוממעגליך צו האבן אן אביעקטיוון בליק זיך צו פארגלייכן צו א צווייטן דור. אויף צו זאגן א קלארן פשט איבער היסטאריע וואלט מען געדארפט שטיין אינדרויסן פון היסטאריע. 

דאס אלעס און נאך מער. ווי דער חזון איש באמערקט איז דער גאנצער מושג “דור” אלס א הסבר אויף היסטאריע שטארק צווייפלהאפטיג. א דור איז דאך לגמרי א פיקטיווער באגריף. וויאזוי זעט אויס א דור? ווען הייבט זיך איין אן און ווען ענדיגט עס זיך? אין פאקט עקזיסטירן דאך נאר מענטשן יחידים, נישט גאנצע דורות מיט אן אנפאנג און אן ענדע. אמת, מען קען מאכן א כלל אלע מענטשן וואס לעבן אין איין צייט געהערן צו א דור, די שאלה איז אבער צי דאס האב בכלל עפעס א שייכות מיט דעם מציאות. עס איז דאך נישטא קיין הכרח אז לעבן אין א געוויסער צייט מאכט א נפקא מינא אין דער התנהגות פון א מענטש. אויב איז דא א נפקא מינא קען דאך עס עס האבן מער א שייכות מיט די מענטשנ’ס בחירה, זייער חינוך, זייערע חברים, די מדינות וואו זיי האבן געלעבט, מער ווי די יארן אין וועלכע זיי האבן געלעבט. 

עס איז לכאורה אפילו מאדנע צו טראכטן אז די צייט אין היסטאריע אין וואס מען לעבט זאל אליין מאכן א נפקא מינא בכלל, און זיכער איז מאדנע אז עס זאל מאכן מער א נפקא מינא ווי די פאקטישע אומשטענדן וואס האט זיכער אן עפעקט אויף א מענטש. אין איין דור קען לעבן א מענטש אין כינע און ער איז נשפע פון דער סביבה אין וועלכער ער לעבט, און א צווייטער מענטש אין אמעריקע. טאמער האבן זיי נישט קיין שייכות איינער מיט דעם אנדערן איז דען שייך צו זאגן אז דאס וואס זיי ביידע לעבן אין דער זעלבער צייט מאכט עפעס אויס אויף זיי? איז דען די צייט זעלבסט א כוח וואס ארבעט אין היסטאריע? דער חזון איש האט טאקע געברענגט א מקור אז חז”ל באנוצן זיך מיט דעם מושג דור, אבער דאס ווייזט נישט מער ווי אז עס איז א נוצבארע הכללה צו רעדן וועגן מענטשן וואס לעבן אין א צייט, עס ווייזט נישט אז דער מציאות פון דור האט אליין א כח הסברה צו מסביר זיין עפעס וועגן די דורות. אפשר זענען דא אזוינע הוכחות פון דברי חז”ל, אבער פון דאס אליין אז זיי דערמאנען דעם מושג דור איז נאכנישט קיין ראיה. 

אורך השנים בבראשית ומחלוקת רמב”ם ורמב”ן

האבן מיר אוועקגעשטעלט וואס ירידת הדורות איז זיכער “נישט”. עס איז נישט קיין פאקט, אפילו עס איז באזירט אויף פאקטן, נאר ענדערש א סארט היסטאריאזאפיע וואס איז מסביר אסאך פאקטן מיט איין הסבר. מיר האבן אויך געזאגט אז עס איז הפנים מאדנע עס מסביר צו זיין ווי א פאקט וואס איז תלוי נאר אין צייט אליין. ווי כאילו דער כלל זאל זאגן אז וויפיל יאר א דור איז ווייטער פון בריאת העולם איז עס בהכרח קלענער. און אויף צו זאגן אזא זאך וואלט מען געדארפט האבן א שטארקן מקור אדער הסבר.

דא מוזן מיר אבער אנמערקן א מהלך וואס טענה’ט טאקע יא דאס ממש, און מסביר זיין דעם מקור צו דעם און דער מחלוקת וואס עס איז דא איבער דעם. וועלן מיר אנהייבן פון דער תורה. ווי געזאגט אין די הקדמה איז נישטא קיין פלאץ דא דורכצולערנען אלעס בעיון הראוי נאר דערמאנען כללות הענין. אין דער פשטות פון דער היסטאריע אין דער תורה, ווי עס לערנען עס רוב אמאליגע מפרשים, הייבט זיך די מענטשליכע היסטאריע טאקע אן אויף היבש א הויכער פלאץ. אדם הראשון ווערט באשאפן אין גן עדן און די גאנצע וועלט הייבט זיך אן מיט א שלימות. דאך זעען מיר נישט אז דער פסוק זאל האבן אזא כלל אז “כל דור המוקדם לחבירו גדול מחבירו.” אין דער תורה אליין זעען מיר אבער נישט דווקא אז אדם הראשון זאל האבן געווען א גרויסער מענטש מצד עצמו, מיר זעען נאר אז ער איז געווען דער ערשטער, אבער ער האט געזינדיגט, און על פי פשט איז דאס געווען א חטא כפשוטו. הייסט עס אז ער איז געווען גאר א חוטא.

דער ערשטער וואס די תורה איז משבח אלס א צדיק איז חנוך, און שפעטער נח און אברהם, וועלכע זענען געווען עטליכע דורות נאך אדם הראשון. אין דעם פשוט’ן פשט פון דעם חומש זענען חנוך, נח, און אברהם געווען גרעסערע צדיקים און גרעסערע מענטשן ווי אדם הראשון. הגם זיי זענען טאקע נישט צוריק אין גן עדן, איז דאס וויבאלד דער עונש פון אדם הראשון איז שוין נקבע געווארן אויף אלע מענטשן. אבער אין אלעס אנדערש זענען זיי געווען מער פון די ערשטע מענטשן. ווען מען קומט ווייטער אן צו חומש שמות זעען מיר ווי משה רבינו איז געווען גרעסער אפילו פון די אבות – “וארא אל אברהם וכו’ ושמי הוי”ה לא נודעתי להם.” הייסט עס אז משה רבינו האט דערגרייכט א מדריגה וואס אפילו אברהם יצחק און יעקב זענען נישט אנגעקומען דערצו, און די גאנצע תורה איז געבויט אויף משה’ס נבואה נישט אויף דער נבואה פון די פריערדיגע. איז פון דעם פשוט’ן פשט פון פסוק זעען מיר נישט אז אדם הראשון זאל זיין עפעס ספעציעל צוליב דעם וואס ער איז געווען דער ערשטער, אדער אפילו וועגן דעם וואס חז”ל רופן אים “יציר כפיו של הקב”ה”, און זענען מפליג בשבחו, נאר אלעס איז לפי המעשים. 

איין זאך זעען מיר יא קלאר אין דעם חומש אז עס איז געווען שטארק אנדערש אין די ערשטע דורות פון דער בריאה ווי שפעטער, אפילו ביי די צדיקים, דאס איז די אריכות ימים זייערע. די ערשטע דורות פון אדם ביז נח האבן געלעבט יעדער איינער הונדערטער יאר, און פון נח ביז אברהם זעען מיר אויך לענגערע יארן ווי נאכדעם. לעולם אין פשט האט דאס אויך נישט צוטון מיט דעם וואס זיי זענען געווען גרעסער, נאר ווי דער פסוק זאגט בפירוש (בראשית ו, ג), “לא ידון רוחי באדם לעולם וגו’ והיו ימיו מאה ועשרים שנה.” דאס הייסט אז איינע פון די תוצאות פון דער חטא דור המבול איז אז די טעג פונעם מענטש זענען קורצער געווארן און געבליבן בלויז א מאקסימום פון 120 יאר. וויאזוי פינטקליך עס זאל זיין פשט אין פסוק איז קלאר אז דאס קומט מסביר צו זיין די שינוי אין אריכות ימים און זאגט אז דאס איז אן עונש אויף דער חטא דור המבול, נישט אז מעצם טבעם ווערן די דורות קלענער ווי מער די צייט גייט דורך.

דאך איז דא געווארן א גאנצער מחלוקת ראשונים. דער רמב”ם אין מורה נבוכים (חלק ב פרק מז) שרייבט אז דאס וואס עס שטייט אין דער תורה די לאנגע יארן אין די ערשטע דורות, איז געווען נאר די מענטשן וועמען די תורה רעכנט אויס בפירוש אז זיי האבן געלעבט אזוי לאנג. אבער די אנדערע מענטשן האבן געהאט נארמאלע אריכות ימים. די סיבה פאר דעם איז ווייל דער רמב”ם האלט אז די חוקי הטבע בלייבן אלעמאל די זעלבע, און פאר דעם האט ער מדחיק געווען אז דער יוצא מן הכלל איז געווען נאר ממש די פאר מענטשן, און אויף זיי אליין זאגט ער אז אדער איז דאס געווען בדרך הטבע ווייל זיי האבן געהאט א ספעציעלע גוטע נערונג, אדער איז דאס טאקע געווען א נס. דער רמב”ן אבער (בראשית ה, ד) דינגט זיך שטארק אויף דעם, און רופט דאס “דברי רוח”. ער טענה’ט אז מיר זעען נישט אז די מענטשן זאלן האבן געווען צדיקים אז עס זאל זיי געשען אזא נס. דער הסבר זאגט ער איז 

כי אדם הראשון, מעשה ידיו של הקדוש ברוך הוא, נעשה בתכלית השלימות בנוי, בכח, בקומה. וגם אחרי שנקנס עליו שיהיה בן מות היה בטבעו לחיות זמן רב. וכאשר בא המבול על הארץ נתקלקל עליהם האויר, והלכו ימותם הלוך וחסור…

דאס איז ממש אזא טעאריע פון ירידת הדורות, אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן בתכלית השלימות, און ווי ווייטער די דורות זענען געפאלן, בפרט ביי דעם מבול, איז דער אוויר נתקלקל געווארן, און שפעטער האט עס געהאלטן אין איין פאלן, אפילו די קינדער פון נח “היה בהם קצת מחכמת אבותם, והיא מתמעטת והולכת דור אחר דור,” ביז אז היינט איז ימי שנותינו בהם שבעים שנה וכו’. 

בקיצור, דער שיטת הרמב”ן איז אז פון די צייטן פון אדם הראשון ביז די צייטן פון משה איז געווען א ירידת הדורות, אין דער פיזישער זין, און אדם הראשון וואס ער איז געווען יציר כפיו של הקב”ה איז געווען בתכלית השלימות בגשמיות, און פון דארט איז אלץ אראפ באופן כללי. אפילו אין דעם רעדט דער רמב”ן אויס אז דאס מוז נישט זיין ממש אין יעדן דור, ווייל מיר זעען דאך אז מתושלח און אנדערע האבן געלעבט אפילו לענגער פון אדם הראשון, נאר באופן כללי איז געשען א ירידה ביי דעם דור המבול, און פון דארט מתמעטים והולכים ביז אז אין דער צייט פון משה רבינו זעען מיר ווי ער האט געזאגט אין דעם קאפיטל תפלה למשה, “ימי שנותינו בהם שבעים שנה, ואם בגבורות שמונים שנה.” הגם משה רבינו זעלבסט האט געלעבט לענגער פון דעם, זאגט דער רמב”ן אז דאס איז געווען א יוצא מן הכלל בזכות די צדקות פון משה רבינו. ער זאגט אז אפילו די אבות וואס מיר זעען אין דער תורה אז זיי האבן געלעבט לענגערע יארן, זענען זיי אויך געווען יוצאים מן הכלל, אבער רוב מענטשן האבן געלעבט נאר זיבעציג-אכציג יאר שוין אין די צייטן פון די אבות.

עס איז אבער וויכטיג צו זען דא אז די ירידה האט זיך אפגעשטעלט, און מיר זעען נישט אז עס זאל זיין א ניכר’דיגע שינוי אין דער אריכות ימים פון משה רבינו’ס צייטן ביז דעם רמב”נ’ס צייט. דעם רמב”נ’ס שיטה איז מער א שבח פאר די ערשטע פאר דורות אז זיי האבן געלעבט אזוי אויסערגעווענליך לאנג וועגן זייער קירבה צו אדם הראשון, און ווייניגער א געדאנק שהדורות מתמעטים והולכים פאר אייביג ווי ווייטער מ’געפינט זיך פון אדם הראשון.

דער שיטת הרמב”ם איז אבער אז די טבע בלייבט אלעמאל די זעלבע, און טאמער טרעפט מען עפעס אויסטערליש ביי די דורות הראשונים מוז דאס זיין א נס אדער ממש א יוצא מן הכלל. עס הערט זיך אין דעם שטארק די ווערטער פון ספר קהלת וואס זאגט טאקע “דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת,” “מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה אין כל חדש תחת השמש.” די טבע בלייבט אייביג די זעלבע, און “אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה.” פראפעסאר מנחם קעלנער האט געשריבן א גאנצער ספר “Maimonides on the Decline of the Generations”, וואו ער איז מאריך צו טענה’ן אז דער רמב”ם האט נישט געהאלטן פון ירידת הדורות. הגם א חלק פון דעם בוך זעט מיר אויס ווי פראפעסאר קעלנער’ס תורות ארויפגעלייגט אויף שיטת הרמב”ם, איז אבער דער געדאנק בעיני דער שטארקסטער מקור אויף דעם אז דער רמב”ם האט נישט געהאלטן אז עס איז דא אזא מין טבע פון ירידת הדורות, נאר אז די טבע פון דער בריאה און די טבע פון מענטשן בלייבן אלעמאל די זעלבע, און יעדער איינער האט א בחירה זיך אויפצופירן וויאזוי ער וויל, ווי ער זאגט אין הלכות תשובה אז יעדער מענטש קען זיין א צדיק ווי משה רבינו אדער א רשע ווי ירבעם בן נבט, און עס איז נישטא קיין תירוץ אויף דעם אז איך בין דאך אין א שפעטערדיגן דור ווי קען איך זיין אזא צדיק ווי משה רבינו.

שיטת הנודע ביהודה

אין די דיונים איבער די שיעורים פון חז”ל, איז באקאנט די שיטה פון דעם בעל “נודע ביהודה”, אז די שיעורים זענען באמת טאפלט ווי וואס מיר זעען מיט די אויגן, ווייל אונזערע ביצים זענען קלענער ווי אמאל. דער נודע ביהודה איז צוגעקומען צו דער שיטה צוליב א פראבלעם וואס ער האט געהאט צו פארשטיין וויאזוי פארשידענע שיעורים ארבעטן צוזאמען, און כדי אלעס צו מאכן שטימען האט ער געהאט צוויי אויסוואלן: אדער זענען די היינטיגע אגודלים גרעסער געווארן לגבי די אמאליגע, אדער זענען די היינטיגע אייער קלענער. פירט ער אויס (צל”ח פסחים קטז):

וידוע שהדורות הולכים ומתמעטים, ואי אפשר שהאגודל שלנו גדול יותר מהאגודלים שהיו בימי חכמי הש”ס, ועל כרחך הביצים בזמננו נתמעטו.

פון די ווערטער פון דעם נודע ביהודה קומט אויס א חידוש אין דעם מושג פון ירידת הדורות. נישט נאר האט דער נודע ביהודה געהאלטן אז די דורות זענען פיזיש שוואכער געווארן, און אז עס איז א הכרח אז יעדער שפעטערדיגער דור איז שוואכער פון יעדן פריערדיגן דור, נאר ער האט נישט געקענט אין באטראכט נעמען אז סיי וואס פון די שפעטערדיגע דורות זאל אפילו נאר אויסזען בעסער ווי פריער. עס איז דאך נישטא קיין הכרח אז א גרעסערער אגודל איז א מעלה פאר דעם מענטש. אפשר גאר פארקערט, עס איז געשען דייקא א ירידת הדורות מיט דעם אז דער אגודל איז גרעסער געווארן און דאס האט געמאכט אז דער האנט זאל נישט קענען אזוי גוט פונקציאנירן? 

דער בליק פונעם נודע ביהודה איז געווען אז “גרעסער” איז משמע מער בכבוד’יג און שטערקער, און אפילו עס מוז נישט מיינען אז דאס זאל זיין א פארבעסערונג אין די פונקציעס פונעם גוף, איז נאך אלץ נישט יתכן אז שפעטערדיגע דורות זאלן זיין גרעסער ווי פריערדיגע. 

בראשית: זיין דער ערשטער

נאך א זאך זעען מיר אין ספר בראשית וואס איז מער א פשוט’ע און גלייכע זאך לשבח הדורות הראשונים, און דאס איז א פועל יוצא פשוט פון דעם וואס זיי זענען געווען די ערשטע. אין סוף פרשת בראשית לערנען מיר אז יבל איז געווען “אבי יושבי אהל ומקנה,” און יובל איז געווען “אבי כל תופש כנור ועוגב.” תובל קין איז געווען דער ערשטער “לטש כל חורש נחושת וברזל,” און בימי אנוש “אז הוחל לקרוא בשם הוי”ה.” דער פסוק האט געטראפן פאר וויכטיג צו דערציילן ווער עס האט ערפינדן פארשידענע זאכן און טעכנאלאגיעס וואס זענען היינט נפוץ אלס דברים פשוטים. יעדע זאך וואס מיר טרעפן היינט און נוצן און בויען אויף דעם, האט זיך דאך אנגעפאנגען ערגעץ. א חלק פון די זאכן זענען באשאפן געווארן אין ששת ימי בראשית און א חלק פון די זאכן האבן די ערשטע מענטשן ערפינדן. די משנה אין אבות זאגט “עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות, ויש אומרים אף צבת בצבת עשויה.” דאס הייסט דער ערשטער צבת, דער צווענגל, האט דער אויבערשטער אליין געמאכט וויבאלד עס איז נישטא קיין וועג צו מאכן א צווענגל אויב מ’האט נישט קיין צווענגל. די גמרא אין פסחים זאגט שוין אז דאס איז נאר א יש אומרים, וויבאלד עס קען זיין מען האט דאס געמאכט מיט א דפוס. אבער עכ”פ זעען מיר אז יעדע זאך האט אן ערשטער, מעשי שמים אדער מעשי ידי אדם. און דער וואס מאכט א זאך דער ערשטער האט א זכות אז עס ווערט נקרא על שמו. און די אלע וואס קומען נאך יענעם דארפן אים מכיר טובה זיין אז זיי דארפן נישט נאכאמאל ערפינדן דעם רעדל, נאר זיי בויען זיך שוין אויף דער חכמה פון די פריערדיגע וואס האבן ערפינדן זאכן און מיר קענען זיך שוין באנוצן מיט דעם.

דאס זאגט אבער נישט אז דער ערשטער האט געמוזט זיין גרעסער אדער קליגער דאס צו ערפינדן, נאר אז דאס זיין דער ערשטער פון א זאך איז אליין א חשיבות, און עס קומט פון א געוויסער שעפערישקייט וואס רוב מענטשן האבן נישט. ווי למשל, מיר זאגן אז אברהם אבינו איז געווען דער ראש למאמינים און יצחק ראש לנימולים, וכו’. דאס מיינט נישט אז עס קען נישט זיין אז א צווייטער זאל אנקומען צו דער זעלבער אמונה ווי אברהם אבינו, אבער אברהם אבינו ווערט בארימט אז ער האט דאס אליין אויסגעטראפן, און ביז היינט לערנען מיר די אמונה פון אים פשוט ווייל ער איז געווען דער ערשטער. דאס הייסט אז זיין דער ערשטער האט א מעלה און א חשיבות אין יעדער זאך, צוליב דער כח היצירה וואס עס פעלט אויס צו דעם, און צוליב דעם וואס בפועל לערנען אלע אנדערע פון דעם. הגם אז לו יצוייר יענער וואלט עס נישט ערפינדן וואלט א צווייטער אפשר אויך געקענט. 

החכמות מקובלות או מחודשות

דא איז אבער דא נאך א שלב, וואס איז שוין טאקע נישט אזוי פשוט און איז אפשר שנוי במחלוקת. דאס איז אז עס איז פאראן א תפיסה וואס זאגט אז נישט נאר די ערשטע זענען געווען די ערשטע צו ערפינדן זאכן, נאר אז עס איז בעצם נישטא אזא מין זאך בכלל פון ערפינדן עפעס א דבר חכמה. נאר אלע חכמות שבעולם זענען חכמות מקובלות און נישט מחודשות. דאס איז א געדאנק וואס מיר טרעפן צומאל אין דברי הראשונים, און צומאל אין נאך פריערדיגע מאמרים אין חז”ל און אנדערע מקורות. דער געדאנק לויטעט אז אלעס וואס מיר ווייסן, אלע חכמות און טעכנאלאגיעס וואס זענען נאר דא, האבן אלע שוין עקזיסטירט פון אייביג, פון אדם הראשון. אדם הראשון האט געוואוסט אלעס און ער האט דאס אויסגעלערנט פאר זיינע קינדער און זיי ווייטער. אפילו ווען עס זעט אויס ווי א נייע זאך איז עס נאר אז מען האט זיך דערמאנט אדער צוריק ערוועקט א חכמה וואס איז שוין געווען ביי אדם הראשון. פאר אונז, וואס מיר זענען צוגעוואוינט און זעען בחוש ווי מען ערפינדט כסדר נייע זאכן און עס ווערן נייע חכמות און פילאזאפיעס, איז זייער שווער צו כאפן בכלל אזא מין מהלך, אבער אמאל ווען מען האט נישט כסדר געזען נייע טעכנאלאגיעס און ערפינדונגען, און רוב חכמות וואס מען האט געלערנט זענען געווען מקובל פון אלטע ספרים און רבי’ס, האבען פילע פארשטאנען אזוי, און מען האט געזוכט יעדער דבר חכמה צו דערציילן ווי עס קומט פון דער מסורת ביז דעם ערשטן אדם הראשון.

אזוי צום ביישפיל טרעפן מיר אין ספרי חכמה ווי זיי דערציילן א שלשלת פון זייער מסורת פון אדם הראשון ביז זייער צייט. מען קען דאס זען אנפאנג ספר ברית מנוחה, אדער אין ספר הזוהר טרעפן מיר פיל מאל זאכן בשם ספרים פון אברהם אבינו אדער חנוך אדער אדם הראשון. דאס זעלבע דער געדאנק אז אפילו די חכמות פון די יוונישע פילאזאפן האבן זיי גענומען פון די אידן, און די אידן האבן דאס מקבל געווען פון די נביאים, איז אלץ געבויט אויף דעם געדאנק אז א חכמה איז מען מוכיח און מגלה נישט בעיקר פון הוכחות אדער פון עקספערימענטן וואס מען ערפינדט, נאר פון א מסורה וואס גייט צוריק ביז אדם הראשון אדער אנדערע גאר פריערדיגע וואס דער אויבערשטער אדער די מלאכים האבן זיי אויסגעלערנט וויאזוי די וועלט ארבעט. ענליך צו דעם טענה’ט דער ספר הכוזרי, און דער רמב”ן אין דרשת תורת השם תמימה, אז די גריכישע פילאזאפן מאכן געוויסע טעותים, ווי מכחיש זיין שדים און דברים רוחניים, וויבאלד זייער חכמה איז פון זייער אייגענער ערפינדונג און נישט פון דער ריכטיגער מסורת החכמה וואס איז לדעתם אריבערגעגאנגען במסורת צו בני שם. 

עס איז מיר נישט קלאר אויב די שיטה האלט אז די מענטשן זענען בעצם ווייניגער קלוג ווי די דורות פאלן, וויבאלד עס איז מיר נישט קלאר אויב די שיטה איז אז אלע חכמות מוזן קומן בנבואה אדער ענליכע התגלות. אויב איז אלעס נאר א מסורה ביז א נביא קען זיין אז בעצם זענען מענטשן די זעלבע, נאר וויבאלד מיר מוזן אנקומען צו דעם פריערדיגן צו וויסן די חכמה און מיר זענען נישט אליין נביאים, ממילא ווערן פארלוירן חלקים פון די חכמות יעדע מאל וואס זיי גייען איבער פון דור צו דור, אזויווי דעם שפיל “צעבראכענע טעלעפאן”. אדער אפשר האלט די שיטה אז די ערשטע מענטשן זענען במהותם געווען קליגער, און האבן אליין פארשטאנען פיל זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין, און מיר מוזן נאר אנקומען צו דער קבלה און מסורה פון זיי. מסתמא קען מען טרעפן לשונות און מקורות פאר די ביידע וועגן.

אזוי צי אזוי, איז דער געדאנקענגאנג א גרויסע מבוא צו פארשטיין וואס עס ליגט הינטער דעם געדאנק פון “ירידת הדורות”. ווען מיר טרעפן אזויפיל ווערטער ווי די דורות פאלן און די חכמה איז נישט וואס עס איז געווען אמאל, דארף מען פארשטיין אז דער שורש פון דעם געדאנק איז אז דער מהות פון חכמה בעצם איז א זאך וואס מען לערנט בקבלה, נישט א זאך וואס מען פארשט און פארשטייט אליין אזויווי מיר זענען צוגעוואוינט. און ממילא איז אליין פארשטענדליך אז ווי פריער איז די חכמה אלס שטערקער און קלארער.

אז מען פארשטייט פון וואנעט דער געדאנק פון ירידת הדורות קומט, פארשטייט מען אז דאס איז נישט סתם א נארישקייט אז די וועלט ווערט נארישער, נאר עס שטימט טאקע לויט דער תפיסה אז אלע חכמות בעצם קומען פון א מסורת פון אדם הראשון אדער נביאים, און נישט פון די ערפינדונגען פון א מענטשנ’ס שכל. 

און יעצט, אפילו מיר, וואס מיר לעבן נאך דער סייענטיפישער רעוואלוציע, און מיר זעען נישט די חכמת הטבע ווי א חכמה מקובלת, נאר ווי א זאך וואס חכמים האלטן אין איין ערפינדן אין יעדן דור מיט יגיעה און עקספערימענטן, קענען נאך אלץ פארשטיין אז אנדערע חכמות זענען דווקא יא חכמות מקובלות. דאס וואס חכמות הטבע אדער פילאזאפיע ווערט געבויט פון ערפינדונג, מיינט נאכנישט, ווי אנדערע זענען זיך טועה, אז דאס אליין איז דער גדר פון חכמה, און אז א זאך זאל זיין א דבר חכמה מוז מען אנהייבן פון זערא און עס מוכיח זיין. עס איז נאך אלץ אמת אז געוויסע חכמות וואס זענען וויכטיג פאר א מענטש צו וויסן ארבעטן מער בקבלה ווי בחידוש. אונזער הויפט משל דערפאר וועט זיין די חכמת התורה. וואס וויפיל חידוש עס קען נאר זיין אין תורה, און עס זענען טאקע דא, איז די תורה סוף כל סוף געבויט אויף א מסורת פון נביאים און משה רבינו, ווארום זיי זענען דער מקור פון דער תורה. און אויף אזא זאך איז ווייטער אמת אז ווי פריער א מענטש געפינט זיך אין דעם סדר הדורות איז מער פאראן א געוויסע קלארקייט, אדער עכ”פ א געוויסע אויטאריטעט, וויבאלד עס איז נענטער צו דעם מקור פון דער חכמה. 

ווייטער וועלן מיר מער דורכשמועסן די נקודה לגבי חכמת התורה, אבער דא אין דעם חלק וואס האנדלט אין טבע איז נאר חשוב אויסצושמועסן אז דאס איז נישט נאר דווקא ביי די תורה, אדער דווקא וויבאלד עס שטאמט במקורו פון א התגלות בנבואה. נאר יעדע זאך וואס איז שייך צום כלל פון התנהגות בני אדם און דעם בנין פון א ציוויליזאציע, די אלע זאכן וואס מען טוט יא און וואס מען טוט נישט, מאראל און עטיק, די אלע זאכן ווערן געבויט נישט אויף א פערזענליכער ערפינדונג נאר אויך אסאך אויף א מסורת – נישט נאר פון איין מענטש וואס האט דאס ערפינדן, נאר פונקט ווי די תורה איז נישט נאר משה רבינו נאר אויך די גאנצע שלשלת פון תורה שבעל פה, איז דער עטיק און מאראל פון א געזעלשאפט געבויט אויף דער ערפארונג פון אלע פריערדיגע דורות וואס האבן פראבירט און זענען ארויסגעקומען מיט א וועג וואס קען ארבעטן. דאס מיינט נישט אז מען מעג נישט טוישן און מתקן זיין, עס מיינט אבער אז מען קען נישט באמת אנהייבן אין די זאכן פון גארנישט און אלעס ארויסבויען אליין. די מסורת פון די אלע פריערדיגע דורות איז אליין גאר א גרויסער מקור פאר וויאזוי צו פירן א געזעלשאפט, און אז מען הייבט אלעס אן אליין, ווי מאנכע האבן טאקע פראבירט, קומען ארויס פארשידענע טעותים וואס ווען מען וואלט נאר געהאט מער דרך ארץ פאר פריערדיגע וואס האבן שוין פראבירט די אלע זאכן וואלט מען ווייניגער טעותים געמאכט. 

אין אנדערע ווערטער, אפילו אויב מדעי הטבע זענען תלוי נאר אין דעם אמת כשהוא לעצמו ווי יעדער קען עס אויספארשן, זענען מדעי ההתנהגות און חכמת המוסר תלוי בעיקר אין דער אויטאריטעט וואס איז סיי גורם אז מענטשן זאלן בכלל מורא האבן און פאלגן דעם מוסר, און אין דער ערפארונג פון אסאך דורות וואס האבן געלעבט מיט מענטשן און האבן געזען די טבע האנושי וויאזוי עס ארבעט און וויאזוי מען ארבעט מיט דעם. אין דעם זין איז גאנץ חכמת המוסר אסאך מער ענליך צו א חכמה מקובלת ווי צו א חכמה מחודשת. 

וואס סייענס זאגט

צום שלוס פון דעם חלק וואס רעדט וועגן ירידת הדורות בגשמיות, אין גופניות’דיגער כוח אדער אין אינטעלעקט, מוזן מיר בקיצור דערמאנען וואס דער פאקט איז, לויט וואס דער היינטיגער וויסנשאפט דערציילט, וואס מיט דעם מציאות קען מען זיך נישט דינגען. 

דער היינטיגער סייענס פון מענטשן איז בעיקר געבויט אויף עוואלוציע. דאס איז דער געדאנק אז די נבראים ווערן כסדר מער און מער אנטוויקלט פון א שוואכערן סארט ביז א שטערקערן סארט (למעשה איז עס נישט ממש מוכרח עס זאל ווערן בעסער, נאר עס זאל האבן מער אויסזיכטן איבערצולעבן, אבער אין רוב הינזיכטן איז דאס די זעלבע זאך). עס איז נישט דא דער פלאץ אריינצוגיין אין דער סוגיא, אבער לויט דעם וועט מען ליינען פרשת בראשית מיט ווייניגער א דגוש אויף שלימות מעשי בראשית בתחלתם, און מער א דגוש ווי אלעס ווערט צוביסלעך פארבעסערט אנגעפאנגען פון תהו ובהו. די פסוקים ווייזן ווי דער מענטש איז אחרון למעשה בראשית, אן אנטוויקלונג נאך די אלע מדרגות פון עופות און חיות וכו’. ווייטער זעט מען אז דער שכל פון דעם מענטש איז גאר נאך אן אנטוויקלונג נאך דעם, און ערשט דערנאך איז ציוויליזאציע נאך אן אנטוויקלונג נאך דער אנטוויקלונג פון דעם מענטש.

עוואלוציע טענה’ט ביסוד כמעט א פארקערטע טענה פון דער ירידת הדורות טענה. על כל פנים ווען מען קוקט אויף דעם גאנצן סדר הבריאה פון אנפאנג ביז היינט, זעט מען ווי בכללות גייט אלעס כסדר ארויף. הגם, ווי געזאגט, איז די הגדרה בעצם פון עוואלוציע נישט דווקא אז עס ווערט בעסער און קליגער, נאר אז דאס וואס איז שורד בעסער בלייבט, דאך אז מען קוקט בכללות זעט מען ווי זאכן ווערן אלס שטערקער און מער סאפיסטיקירט. און אז מען גייט מיט דעם מהלך במחשבה קומט ארויס א פארקערטער בליק ווי עס קומט ארויס פון דעם ירידת הדורות מהלך. דערפאר זעט מען טאקע ווי די וואס גלייבן מער אין עוואלוציע גלייבן אויך מער אין דער זאך וואס הייסט “פראגרעס”, וואס מיר וועלן מיר אויסשמועסן אין חלק ב’ פון דעם מאמר. דא איז נאר די נקודה צו ווייזן ווי דער מהלך הגשמי וויאזוי די וועלט אנטוויקלט זיך לויט תורת עוואלוציע איז דווקא דורך אן עליית הדורות.

און הגם אז עס איז נישט קלאר אז דורכאויס די לעצטע פאר טויזנטער יאר פון מענטשליכער היסטאריע איז דער מענטש שטערקער אדער קליגער געווארן וועגן דעם מהלך פון עוואלוציע, דאך טרעפן מיר אסאך שינויים לטובה וואס זענען געשען ביי דער מענטשהייט אין דורכאויס די יארן. 

עס איז באוואוסט אז דער אריכות ימים פון דעם דורכשניטליכן מענטש (וואס הייסט “לייף עקספעקטענסי”) האט זיך כמעט געטריפלט פון די אור-אלטע צייטן ביז היינט אין אנטוויקלטע לענדער. הגם דאס אויך איז נישט אלעמאל אין א סדר, און עס זענען געווען תקופות און פלעצער וואו עס איז אראפגעגאנגען, דאך איז דער פאקט אז א היינטיגער דורכשניטליכער אמעריקאנער מענטש לעבט לענגער פון סיי וועלכן דורכשניטליכן מענטש אין סיי וועלכער תקופה אין היסטאריע.

דער דורכשניטליכער מענטש איז היינט מיט גאנצע פיר אינטשעס העכער ווי דעם מענטש אין דעם אכצנטן יאר-הונדערט. די היינטיגע ספארטס רעקארדס האלטן אין איין שטייגן און די גבורה וואס מענטשן קענען היינט באווייזן (אין געוויסע חלקים, דהיינו בעיקר אין דויערהאפטיגקייט, נישט אין כוח סתם, ווי א מאלפע איז שטערקער פון א מענטש) זענען מער פון יעדער צייט אין היסטאריע, און האלט ווייטער אין איין שטייגן. 

וואס עס זאל נאר זיין די סיבה דערפאר, איז קלאר אז דאס איז ממש דער היפך פון דעם מהלך אז דער מענטש ווערט פיזיש אלץ שוואכער. מען קען אפשר זאגען תירוצים און חילוקים, אבער דער פשטות בלייבט אז דער מענטש ווערט געזונטער, שטערקער, און אפילו קליגער.

עס איז מערקווירדיג דאס וואס רופט זיך דער “פלין עפעקט”, וואס דאס זאגט אז אין דעם וועג ווי מען מעסט היינט אינטעלעקט, דער איי-קיו טעסט, איז דא א דורכשניטליכע עליה אין דעם אינטעלעקט דורכאויס די לעצטע הונדערט יאר מיט צענדליגער פוינטס. עס זענען דא אסאך וויכוחים וואס דאס מיינט און פארוואס דאס איז אזוי. הפנים איז אבער דער ערשטער פאקט אז מענטשן זענען היינט קליגער ווי זיי זענען געווען מיט בלויז הונדערט יאר צוריק, און אויב איז דאס זעלבע אמת אויף פריער זענען זיי אויך קליגער ווי פאר טויזנט יאר צוריק. עס קענען אלץ זיין חילוקים, אבער דער וואס טענה’ט אז מיר זענען נארישער געווארן עליו הראיה, און נישט פארקערט ווי דער אומבאזירטער הנחה פון ירידת הדורות בגשמיות.

*

היוצא מדברינו, מיר האבן אפגעטייטשט דעם מהות פון דעם געדאנק “ירידת הדורות”, מיר האבן געזען אביסל שיטות הראשונים איבער דעם ענין, און מיר האבן געכאפט א בליק אויף דער הבנה וואס האט אינספירירט די שיטות. צו לעצט האבן מיר מסכם געווען אז עכ”פ בגשמיות איז קלאר נישט פאראן קיין ירידת הדורות ווייל היינט שטייען מיר פיזיש פיל בעסער ווי סיי ווען אין היסטאריע. 

אין צווייטן חלק וועלן מיר דורכשמועסן דעם ענין פון ירידת הדורות אין תורה; פארוואס דינגען זיך נישט אמוראים מיט תנאים; איז אמת אז ראשונים זענען גרעסער פון אחרונים; פארשידענע שיטות און רעיונות וואס מיר טרעפן אין דעם; און צוריקקומען מסכם צו זיין די פיר קושיות מיט וועלכע מיר האבן אנגעפאנגען.

ירידת הדורות א