דאס ליידיגע סקרין

זעץ איך זיך אוועק ביי מיין דעסק, הענג אויף מיין מאנטל אויפ'ן האק , גרייט זיך צו א קאווע, און צינד אן דער קאמפיאטער. זעה איך זיך פאר א ליידגער סקרין, א אפענע ווארד דאקיומענט, שיינע בלויע בארדערס ארומגענומען מיט פארשידענע באטאנס און מעניוס, און אינמיטען ווייס. ליידיג.

ער ווארט פאר מיר איך זאל עפעס אריינלייגען דארט. עס שטייט און ווארט. און איך ווארט אויך. אבער איך קוק אריין אין מיין מוח, איך זיך עפעס קריעיטיוויטי, עפעס א גאוניש שטיקל זאל ארויסשפראצען פון די טיפענישען פון דער אינטעלעקט, און איך זעה נישט מער ווי אן אפשפיגעלינג פון דער ליידיגער סקרין.

שיינע בארדערס, די פרישטאג מיינע שוין פארדייט, די קעפין און צוקער פון די קאווע שפילען נאך ארום אין מוח אזוי פוילערהייט, ווי קינדער ביים הפסקה נאך די בעל האט געקלינגען. מעיניוס פארשידענע, פון דער זייט שטייט א מעניו דברי תורה, ער בעט זיך מאך מיר אויף, נוץ די פארשידענע ידיעות דיינע אין תורה, בוי פון דעם עפעס, לומדות, קבלה, חסידות, פרשת השבוע, סתם ידיעות. פון די צווייטע זייט אלגעמיינע ידיעות, נייעס, ליטערעטור, פילאסאפיע, טעאלאגיע, פאזעזיע. אבער אינמיטען, גארנישט. א ווייסער חלל, א גלאטע חלל אן קיין שורות צו שרייבען דערויף, נאר ליידיגע פלאץ, און. ער ווארט. עפעס זאל ארויסשפראצען, זאל שוין אנפילען דער פעידזש, זאל ער שוין אויספילן די טויזנט ווערטער וואס דער ארטיקל דארף. אפשר סתם אנהייבען קאטשקענען, אנהייבען אזויווי די דרשנים שטייט אין די וואכעדיגע סדרה, אוודאי קען מען עפעס מאכען פון דעם.

אבער פארוואס, פארוואס קאליע מאכען די הערליכע ליידיגקייט. פארוואס אנשווארצען די ווייסע שורות, פארוואס מגביל זיין אומצאליגע מעגליכקייטן צו געוויסע ווערטער. קענען מיר נישט שטיין ביי דעם אליינס, געניסען פון די רייכקייט פון די מינוט, דער מינוט פאר דער פאפיר ווערט אנגעקאטשקעט, דער סעקונדע ווען די ווייסקייט שטייט אליינס, ענהאלט אין זיך אלע פארבען, די וועלט פון שלום, ווי אלע געדאנקען לעבן אין איין גרויסער גארנישט, בעפאר איין געדאנק פירט אויס און בויט זיך אויס מיט ווערטער און פאראגראפן.

שוין, דאס לעבן פארט ווייטער, מען קען זיך נישט ערלויבען דא צו בלייבען, מאך איך זיך כאטשיק אן אנדענק פון דער מינוט, נאך יעדער ווארט לאז איך א ליידיגער ספעיס. נאך יעדער שורה א גרעסערע, און נאך יעדער פרק נאך א גרעסערע. זאל דאס זיין א מצבה, א זכר פאר דער ליידיגקייט וואס נעמט אלעס ארום, דער ליידיגקייט וואס איז גשאחטען געווארען פריצייטיג דורך די באדארפענישן אונזערע פאר ווערטער, פאר א מעשה וואס האט אן אנפאנג א מיטען און א סוף, פאר טוהן עפעס. יהא זכרו ברוך.

השאר תגובה